User login |
5 רויטע זיסע פֿעפֿערלעך, צעשניטן 4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט 1/2־1 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 לעפֿעלעך צעשניטענער טימיאַן 3/4 לעפֿעלע זאַלץ 1/2־1 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 1 פֿונט (454 גראַם) פֿלאַנקען (flank steak) 1/2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל 1/2 טעפּל יויך 2 לעפֿעלעך רויטער ווײַן־עסיק הייצט אָן דעם אויוון ביז 500 גראַד (260 צעלזיוס).
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעהאַקט 4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 2 טעפּלעך געקאָכטע נאַהיט (אַרבעס), אָפּגעגאָסן 2 לעפֿעלעך פּאַפּריקע 1 לעפֿעלע קעמיניק 4 טעפּלעך צעקוועטשטע פּאָמידאָרן, מיטן זאַפֿט שוואַרצער פֿעפֿער 1 טעפּל צעברעקלטע פֿעטאַ־קעז 8 גרויסע אייער 2 לעפֿל פּעטרישקע, צעהאַקט הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און מישט אַרײַן די ציבעלע און קנאָבל, ביז די ציבעלע ווערט ווייך. שיט אַרײַן דעם נאַהיט, פּאַפּריקע און קעמיניק, און קאָכט 2 מינוט.
(turmeric), קען מען הײַנט קויפֿן אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען. 3 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעשניטן 1 מער, צעהאַקט 2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 1/2 לעפֿל "קאָרי"־פּודער (curry powder) 1 טעפּל גרינע לינדזן 4-1/2 טעפּלעך וואַסער 1 פּושקע נאַהיט (chickpeas) 1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) הייצט 1 לעפֿל בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע און מער, ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק, בערך 4 מינוט. מישט אַרײַן אַ העלפֿט פֿונעם צעהאַקטן קנאָבל, ביז די גרינסן ווערן ווייך, בערך 3 מינוט. גיט צו דעם "קאָרי"־פּודער. מישט 1 מינוט. גיסט אַרײַן די לינדזן און 4 טעפּלעך וואַסער. ווען עס הייבט אָן זידן, מאַכט אַ קליינעם פֿײַער און לאָזט די זופּ מליִען, ביז די לינדזן ווערן ווייך, אַרום 30 מינוט.
אַוואָקאַדעס זענען געשמאַק און געזונט, אָבער מע דאַרף וויסן ווי זיי אָפּצושיילן. דער גרינגסטער אופֿן: צעשנײַדט עס פֿון אויבן אַראָפּ, און דערנאָך פֿון רעכטס אויף לינקס. נעמט אַרויס דאָס קערל, און דערנאָך וועט איר דאָס שאָלעכץ גרינג קענען אַראָפּנעמען מיט די פֿינגער. דרך־אַגבֿ, די קליינע, שוואַרצע "האַסס"־אַוואָקאַדעס זענען, געוויינטלעך, זאַפֿטיקער און מער באַטעמט ווי די גרויסע, גרינע קאַליפֿאָרניער אַוואָקאַדעס.
1/2 רויטע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך 1 טעפּל רויטער ווײַן־עסיק 2 "האַסס"־אַוואָקאַדעס, אין דינע רעפֿטלעך 1 לעפֿל איילבערט־בוימל זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
איך האָב לעצטנס געמאַכט דאָס מאכל פֿאַר מײַן משפּחה, ווי אַ בײַגעריכט צו ספּאַגעטי מיט פּאָמידאָרן־סאָוס, און במשך פֿון 10 מינוט, איז פֿון ביידע גאָרנישט געבליבן! אויב איר ניצט פֿאַרפֿרוירענע אַרבעס, צעשמעלצט עס צו ערשט אין מיקראָכוואַלניק, אָדער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור. 1/4 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע 3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער 2 פֿונט (9. קילאָ) ספּאַרזשע 1/2 2 טעפּלעך גרינע אַרבעס 1/2 לעפֿעלע זאַלץ 1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 3/4 טעפּל בלעטער באַזיליק אָדער פּעטרישקע צעשנײַדט יעדעס ספּאַרזשע־שטענגל אויף 4 אָדער 5 שטיקלעך. צעשמעלצט די פּוטער אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעהאַקטע ציבעלע און מישט, ביז די ציבעלע ווערט ווייך, 3—4 מינוט.
אויב עס גלוסט זיך אײַך אַ מאָל צוגרייטן אַן עלעגאַנט מאכל, מאַכט אַ פֿראַנצויזישע ציבעלע־זופּ. דאָס בעסטע ברויט אַרײַנצולייגן אין דער זופּ איז אַ שטריצל (איטאַליעניש אָדער פֿראַנצויזיש ברויט), אָבער איר קענט ניצן וואָסער ברויט איר ווילט. די זופּ קאָכט מען, צום טייל, אין אַ הייסן אויוון; זײַט זשע זיכער, אַז די שיסעלעך אין וועלכער די זופּ באַקט זיך קענען אויסהאַלטן די היץ.
באַשפּריצט אַ פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און פּרעגלט די ציבעלע איבער אַ מיטעלן פֿײַער 15 מינוט, ביז עס ווערט ווייך און גאָלדן־ברוין. מישט אַרײַן די פּוטער
אַ גוט מאכל דאַרף נישט בלויז זײַן געשמאַק, נאָר שיין אויך. אַ דאַנק די קאַבאַקלעך און פּאָמידאָרן, איז דאָס ווײַטערדיקע הינדל־געקעכץ פֿול מיט קאָלירן — אַ מחיה צו קוקן אויף דעם! 3/4 טעפּל ראַזעווער קוסקוס 1 פֿונט רויע בייליק־קאָטלעטן אָן הויט אָדער ביינער שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 1 לעפֿל איילבערט־בוימל 1/2־1 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע 2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 1 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע 2 טעפּלעך צעהאַקטע פּאָמידאָרן 1/2 לעפֿעלע קעמיניק 1/2 לעפֿעלע צימערינג 2 טעפּלעך נאַהיט, אָפּגעגאָסן
אויב איר ווייסט נישט ווי צוצוגרייטן בלעטערקרויט (kale), מעגט איר זיך אויסלערנען, ווײַל דאָס גרינס האָט אַ הויכן פּראָצענט בעטאַ־קאַראָטין, וויטאַמינען K און C, און קאַלציום. אַזוי ווי שפּינאַט, ווערן די בלעטער אָבער אײַנגעשרומפּן נאָכן קאָכן, הייסט עס, אַז צוויי גאַנצע בינטלעך וועלן סטײַען פֿאַר בלויז דרײַ אָדער פֿיר מענטשן. 2 בינטלעך בלעטערקרויט 2 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 רויטע ציבעלע, אין דינע רעפֿטלעך 1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט 1/8 לעפֿעלע שאַרפֿע רויטע פֿעפֿער־שופּן 1 לעפֿל רויטער ווײַן־עסיק 1/4 לעפֿעלע זאַלץ וואַרפֿט אַרויס די האַרטע טיילן פֿון דער בלעטערקרויט. פּאַרעט אָדער קאָכט אָפּ די אָפּגעריסענע בלעטער אין אַ צוגעדעקטן טאָפּ זודיק וואַסער, ביז זיי ווערן ווייך — בערך 5—6 מינוט. זיפּט אָפּ די בלעטער. דאָס פֿילעכץ פֿון וווּרשט איז אַ גאָלדענער אופֿן צו באַטעמען אַ רעצעפּט ווײַל עס גיט צו אַ סך בשׂמים און טעם צו די אַנדערע באַשטאַנדטיילן. טוט פּשוט אויס דאָס פּלאַסטישע "מענטעלע" פֿונעם וווּרשט, און צעברעקלט דאָס פֿילעכץ. אויב איר עסט לעצטנס ווייניק וווּרשט, כּדי אויסצומײַדן פֿעטס און כאָלעסטעראָל, פּרוּווט אויס דעם רעצעפּט, וואָס באַניצט זיך מיט דעם רעלאַטיוו ווייניק־פֿעטיקן אינדיק־וווּרשט.
ס׳איז אַן אַלטע טראַדיציע צו עסן קרעפּלעך סוכּות — בפֿרט אינעם זיבעטן טאָג, הושענא־רבה. אויב איר עסט נישט קיין פֿלייש, קענט איר די קרעפּלעך אָנפֿילן מיט געקאָכטע קאַשע אָדער קאַרטאָפֿל־פּירע. ווי עס זאָל נישט זײַן, פֿאַרגעסט נישט צוצוגעבן געפּרעגלטע ציבעלע!
3/4־1 טעפּלעך מעל 2 אייער 1/2 לעפֿעלע זאַלץ 3 לעפֿל בוימל 1 טעפּל צעמאָלן רינדערן פֿלייש 1 קליינע ציבעלע, צעריבן 1 זופּטאָפּ מיט געזאַלצן וואַסער אָדער הינדל־יויך
לכּבֿוד ראָש־השנה, קאָמבינירט די צוויי טראַדיציעס — האָניק מיט עפּל — אין איין לעקעך. 2 טעפּלעך מעל 2 לעפֿעלעך באַקסאָדע 3/4 טעפּל צוקער 2 לעפֿעלעך צימערינג 1/8 לעפֿעלע מושקאַט 3 טעפּלעך צעריבענע עפּל 2 אייער 1/2־1 לעפֿעלעך וואַניל 3/4 טעפּל בוימל 1/3 טעפּל פּאַרעווער קרעם (non-dairy creamer) 1/2 טעפּל האָניק הייצט אָן דעם אויוון אויף 325 גראַד (162 צעלזיוס). באַשמירט אַ קײַלעכדיקן בעקן אָדער צוויי ברויט־בעקנס מיט שפּריצבוימל.
ניצט אויס די לעצטע זומערדיקע יאַגדעס פֿאַר דעם געשמאַקן קוגל, וואָס מע קען סערווירן ווי אַ בײַ־געריכט אָדער ווי אַ זיסן נאָכשפּײַז, מיט קרעם. וואַניל־שויטן קען מען קויפֿן אין די גרעסערע סופּערמערק, אָדער דורך דער אינטערנעץ. 4 טעפּלעך טרוסקאַפֿקעס 4 טעפּלעך אַפֿענעס (blueberries) 4 טעפּלעך אָזשענעס (blackberries) 4 טעפּלעך מאַלינעס 1 טעפּל + 2 לעפֿל צוקער 1/2 טעפּל וואַסער 1 שויט (pod) וואַניל, צעשניטן אויף דער לענג 1 חלה 6 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער 1/2 לעפֿעלע צימערינג נאָך יאַגדעס אָדער קרעם, אויב איר ווילט |
Search |































קהילה־לעבן