User loginSearch |
איר וועט מיר מוחל זײַן, אָבער קיין ייִדיש וואָרט פֿאַר "בראַוניס" איז פּשוט נישטאָ בנימצא. דער רעצעפּט איז געזינטער ווי געוויינטלעך, ווײַל עס ניצט אַ העלפֿט פֿון דער פּוטער, און פֿאַרבײַט עס מיט אַ ביסל קאַנאָלע־בוימל. מע ניצט אויך ווייניקער אייער, צוקער און מעל. ווי איר וועט אַליין זען, איז עס פּונקט אַזוי געשמאַק ווי די מער פֿעטיקע, זיסערע "בראַוניס".
איך האָב שטאַרק ליב די איטאַליענישע לאָקשן (אויך באַקאַנט ווי "פּאַסטאַ"). די פּאָפּולערסטע פּאַסטאַ זענען ספּאַגעטי און מאַקאַראָנדלעך, אָבער עס זענען אויך דאָ אַ טוץ אַנדערע מינים לאָקשן, וואָס יעדער פֿון זיי האָט זײַן אייגענעם כאַראַקטער. איין מין פּאַסטאַ — די אָרזאָ־לאָקשעלעך — זעען אויס ווי רײַז, אָבער ס׳נעמט ווייניקער צײַט זיי צוצוגרייטן. דער ווײַטערדיקער צושפּײַז פּאַסט זיך גוט צו צו פֿיש אָדער הינדל. אַ נײַער אײַנפֿאַל פֿאַר אײַער קינדס שול־מיטאָג: באַשמירט קליינע פּיטאַס (3 אינטשעס אָדער 7.6 צענטימעטער) מיט צעמאָלענע בעבלעך (בעבלעך גיבן צו פּראָטעיִן) און לייגט אַרײַן אין דער פּיטאַ זײַנע באַליבטסטע גרינסן. דאָס איבערגעבליבענע "בעבל־פּוטער" קענט איר ניצן שפּעטער ווי אַ טינקעכץ פֿאַר גרינסן, אָדער פּיטאַ־טשיפּקעלעך. פֿאַראַן מענטשן, וואָס לײַדן פֿון אַן אַלערגיע אויף קליישטאָף (גלוטען) — אַ סובסטאַנץ וואָס געפֿינט זיך אין ווייץ, קוקורוזע און געוויסע אַנדערע תּבֿואות. לכּבֿוד זיי ברענג איך דאָ דאָס געשמאַקע מאכל, וואָס האָט בכלל נישט קיין קליישטאָף.
די לעצטע פּאָר יאָר זענען מײַנע לאַטקעס לכּבֿוד חנוכּה אַ סך לײַכטער צו פֿאַרדייען ווי די טראַדיציאָנעלע קאַרטאָפֿל־לאַטקעס, ווײַל איך גיב צו זוקיני. פּרוּווט עס אויס אַליין! צוליב דעם פּיקאַנטן טעם פֿונעם סאַלסאַ־סאָוס אין דעם רעצעפּט, דאַרף מען דאָס מאכל אַפֿילו נישט באַזאַלצן! און די קאָמבינאַציע פֿון די בעבלעך און דעם רײַז גיט צו גענוג פּראָטעיִן, אַז מע קען עס דערלאַנגען צום טיש ווי אַ גאַנצער מאָלצײַט.
דאָס איז אַ גרינגער בײַ־מאכל צוצוגרייטן, און פּאַסט זיך גוט צו צו כּמעט אַלע הויפּט־געריכטן: פֿיש, הינדל, רינדספֿלייש, אָדער וועגעטאַרישע מאָלצײַטן. די צעקוועטשטע פּאָמידאָרן מעגן זײַן פֿון אַ פּושקע.
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
ווען איך עס אין רעסטאָראַן פֿיש, און בפֿרט לאַקס (salmon), חידוש איך זיך תּמיד, ווי אַזוי מאַכן די קאָכערס עס אַזוי געשמאַק, אַז די הויט פֿונעם פֿיש ווערט שיין צוגעברוינט, אָבער אינעווייניק בלײַבט עס ווייך און זאַפֿטיק? נו, סוף־כּל־סוף, האָב איך זיך דערוווּסט דעם סוד! כּדי עס צוצוגרייטן דאַרפֿט איר אָבער האָבן אַ גרויסע היץ־באַוואָרנטע פּאַטעלניע — מיט אַנדערע ווערטער, אַ פּאַטעלניע וואָס מע קען אויך אַרײַנשטעלן אין אויוון.
ווען איך פֿלעג, קינדווײַז, לײַדן פֿון בויכווייטיק, פֿלעג מען מיר געבן צו טרינקען אינגבער־וואַסער (ginger ale). ווי עטלעכע מענטשן האָבן מיר לעצטנס געזאָגט, העלפֿט דאָס עסן פֿרישן אינגבער אויך ווען ס׳דרייט זיך דער קאָפּ. אין דעם רעצעפּט, וואָס איך האָב אַדאַפּטירט פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", קאָמבינירט מען נאַהיט (chickpeas) מיט אינגבער, און דערבײַ שאַפֿט זיך אַ דערפֿרישנדיקער סאַלאַט. זומער־צײַט גלוסט זיך צו זופּן אַ קאַלט געטראַנק, בעת מע לייענט די צײַטונג אָדער אַ ראָמאַן; און אויב דאָס געטראַנק האָט ווייניק פֿעטס — איז נאָך בעסער. פּרוּוט זשע אויס אָט דעם גרינגן רעצעפּט. איר קענט די יאַגדעס אויסמישן אין אַן עלעקטרישן מישער ("בלענדער") אָדער אין אַ קאָכמאַשין (food processor).
דאָס איז אַ מאכל צום בראָטן אויף די רעשאָטקע, אָבער טאָמער האָט איר נישט קיין רעשאָטקע, איז עס אויך געשמאַק, געבראָטן אין אויוון. אויב איר קענט נישט געפֿינען קיין מאַנדאַרינען־זאַפֿט, טויג מאַראַנצן־זאַפֿט אויך.
2 לעפֿל קאַנאָלע־בוימל
געוויסע מענטשן שלאָפֿן נישט גוט נאָכן עסן פֿלייש פֿאַר וועטשערע, ווי איך זע בײַ מײַן אייגענער משפּחה. דערפֿאַר זוך איך תּמיד נײַע וועגעטאַרישע רעצעפּטן, אַזוי ווי דער ווײַטערדיקער. אויב איר עסט עס צוזאַמען מיט פֿיש און פֿריש ברויט, וועט איר האָבן אַ פֿײַנע זומערדיקע וועטשערע.
שפּריצבוימל
|
|






















קהילה־לעבן