User loginSearch |
טאָמער זוכט איר אַ פֿרישן מין דעסערט, פֿאַרזוכט דאָס מאכל. ס׳איז גרינג עס צוצוגרייטן, און אין אַ זומערדיקן טאָג איז עס אַ דערקוויקעניש!
1/4 טעפּל באַלזאַמישער עסיק
איר זוכט אַן אינטערעסאַנטע אַקטיוויטעט פֿאַר די אייניקלעך? העלפֿט זיי מאַכן די געשמאַקע קײַלעכלעך. אַ סך מעלות האָט עס: מע דאַרף עס נישט קאָכן; ס׳איז אַ געזונטער צובײַסן, ווײַל סטאַשקע שמיר (peanut butter) גיט צו פּראָטעיִן, און מילעך — קאַלציום און וויטאַמען "דע"; און די קינדער וועלן זיכער הנאה האָבן פֿון איבערקײַקלען די קײַלעכלעך אין זייערע פֿלינקע הענטעלעך. ווי באַקאַנט, איז בייליק דער געזינטערער טייל פֿון אַ הינדל. אָט איז אַן אופֿן ווי צוצוגרייטן בייליק אויף אַ פּיקאַנטן אופֿן — מיט אַ לימענע־סאָוס. דער רעצעפּט איז פֿאַר צוויי מענטשן.
בײַ ייִדן, וואָס טאָרן נישט עסן צו פֿיל נאַטריום — צי דאָס איז צוליב אַ הויכן בלוטדרוק, צי אַ קראַנקייט ווי "מעניערס" — ברענגט דער יום־טובֿ שבֿועות אַרײַן שוועריקייטן. ס׳איז דאָך אַ מינהג צו עסן קעז־קוכן, און אין ס׳רובֿ קעזן איז דער פּראָצענט נאַטריום זייער הויך. אין אַ האַלב־טעפּל צוואָרעך (cottage cheese), למשל, געפֿינט זיך 430 מיליגראַם נאַטריום.
אָט האָט איר אַ געזונטן, געשמאַקן פֿרישטיק פֿאַר אַ זונטיק אינדערפֿרי. אויב ס׳איז שווער צו באַקומען פֿרישע טרוסקאַפֿקעס (strawberries), קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע.
3/4 טעפּל מעל
כ׳בין געוואָרן ממש אַ חסידה פֿון די ראַזעווע (whole wheat) פּראָדוקטן. ערשטנס, זענען זיי גרינגער פֿאַרן מאָגן. צווייטנס, צוליב דעם וואָס זיי זעטיקן גיכער אָן, עסט מען ווייניקער — און דאָס מיינט, אַז דער שאַנס פֿון אָנלייגן וואָג איז ווייניקער. דער טעם איז נישט פּונקט דער זעלבער ווי די פּראָדוקטן פֿון ווײַסער מעל, אָבער ס׳האָט זײַן אייגענעם חן.
1 פֿונט (450 גראַם) ראַזעווע לאָקשן
כּמעט יעדער רופֿט דעם באַליבטן פּסחדיקן פֿרישטיק־מאכל "מצה ברײַ", אָבער דער עלטערער און מער ייִדישלעכער טערמין איז געפֿרישטע מצה. "ברײַ", אויף דײַטשיש, איז טײַטש געמיש אָדער קאַשע. דאָס וואָרט "געפֿרישטע" געפֿינט מען אויך בײַ אַ צווייט באַליבטע פּאָטראַווע: "געפֿרישטע חלה", וואָס מיינט French toast.
1/2 פֿונט (225 גראַם) שפּאַרגל (asparagus)
געפּרעגלטס איז טאַקע נישט אַזוי געזונט ווי געבאַקנס, נאָר וואָס טוט מען, אַז ס׳גלוסט זיך אַ מאָל געפּרעגלטע קאַרטאָפֿל? ווי געעצהט אין "פֿאַרהיט אַ קרענק", זאָלט איר, צו ערשט, אָפּווייקן אין וואַסער די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך, צום ווייניקסטן, אַ האַלבע שעה; און אויב מעגלעך — צוויי שעה, איידער איר פּרעגלט זיי.
1 לעפֿל פּוטער אָדער מאַרגאַרין
קרופּניק, אָדער גערשטן־זופּ, איז וואָס מע רופֿט בלע״ז barley soup. יעדער קאָכער ווייסט, אַז ס׳איז געשמאַקער צוצוגרייטן אַ זופּ מיט יויך אַנשטאָט וואַסער; אין דעם רעצעפּט, ניצט מען אַ געמיש פֿון יויך און מערן־זאַפֿט. דער רעזולטאַט איז אַ געזינטערע זופּ, מיט אַ גרויסן פּראָצענט וויטאַמין A און בעטאַ־קאַראָטין. אויב איר האָט אַ זאַפֿטמאַשין, קענט איר אַליין מאַכן דעם מערן־זאַפֿט. אויב נישט, קענט איר עס קויפֿן אין געשעפֿט. אַ דריטע ברירה: צעקוועטשט די מערן מיט אַ ביסל וואַסער אין אַן עלעקטרישן מישער. אויב דער זאַפֿט איז צו געדיכט, גיט צו נאָך אַ ביסל וואַסער.
אַ גאַסט אויף מיטאָג האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: "די מאכלים זענען זייער געשמאַק, אָבער פֿאַר וואָס האָבן זיי אַלע דעם זעלבן קאָליר?" זי איז געווען גערעכט. דער לאָקשן־קוגל, דער קאַליפֿיאָר און דאָס הינדל האָבן אַלע אויסגעזען בעזש אָדער ליכטיק־ברוין. טאַקע נישט אינטערעסאַנט! זינט דעמאָלט, ווען איך גרייט צו אַ מאָלצײַט פֿאַר געסט, באַמי איך זיך צוצוגרייטן נישט בלויז אַ פּאָפּורי פֿון טעמען, נאָר אויך — פֿון קאָלירן.
דאָס איז אַ טראַדיציאָנעלע גריכישע זופּ, וואָס איז גרינג צוצוגרייטן, און איז זייער באַטעמט. מע קען זי מאַכן אויף אַ גאַנצער וואָך און נישט נימאס ווערן דערפֿון. ווי יעדער רעצעפּט מיט פֿאַסאָליעס (בעבלעך), דאַרף מען זיי, קודם־כּל, ווייקן איבערנאַכט אין אַ שיסל קאַלט וואַסער אָדער, אויב איר האָט נישט קיין צײַט, זידט די פֿאַסאָליעס אין וואַסער צוויי מינוט, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט זיי שטיין 1 שעה.
אַ מאָל קום איך אַהיים צו שפּעט צו עסן אַ גרויסע וועטשערע; אין אַזאַ פֿאַל גרייט איך צו בלויז אַ סאַלאַט און פֿאַרבײַס אים מיט פֿריש ראַזעווע ברויט מיט פּוטער. ווי אַזוי קומט צו מיר שטענדיק פֿריש ברויט? באַלד ווי איך קויף עס — אָדער איך באַק עס — צעשנײַד איך עס אויף דינע רעפֿטלעך און לייג אַרײַן אין אַ פּלאַסטיש זעקל אין פֿריזער. ווען ס׳גלוסט זיך מיר פֿריש ברויט, וויקל איך אײַן עטלעכע פֿאַרפֿרוירענע רעפֿטלעך אין זילבער־פּאַפּיר און וואַרעם עס אָן אויף 5 מינוט אין אויוון, בײַ 350 גראַד (177 צעלזיוס). ס׳האָט ממש אַ טעם ווי פֿריש־געבאַקן. |
|
























קהילה־לעבן