User loginSearch |
אויב איר ווילט אַ גרינג, געזונט מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן סאַלאַט, וואָס באַשטייט פֿון ראַזעווע לאָקשן (לאָקשן געמאַכט פֿון גראָבמעל) אַנשטאָט די ווײַסע. קליינע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך
10 אונץ (285 גראַם) בראָקאָלי, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך
טאָמער זוכט איר אַ גרינגן צושפּײַז צו באַגלייטן אַ פֿיש־מאכל, פּרוּווט אויס דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט. ס׳דויערט ווייניק צײַט צוצוגרייטן, און איז גאַנץ געשמאַק. איר קענט פֿאַרבײַטן דעם פֿרישן טימיאַן און ראָזמאַרין מיט די געטריקנטע בלעטער, אָבער אויב יאָ — ניצט בלויז 1/2 לעפֿעלע פֿון ביידע.
4 קליינטשיקע רויטע קאַרטאָפֿליעס
אונדזער לייענער, נח מילער, האָט אונדז געבעטן אָפּדרוקן אַ רעצעפּט פֿאַר אַ זיס־און־זויער ראָסל־פֿלייש, וואָס זײַן באָבע פֿלעג אָנרופֿן אַ ווײַניקן ראָסל. איך האָב געפֿונען צוויי רעצעפּטן: איינער הייסט קאָכן דאָס פֿלייש אויפֿן אויוון, און דער צווייטער — אין אויוון. דאָס מאכל אויפֿן אויוון ניצט עסיק, נישט ווײַן, מסתּמא ווײַל עסיק איז וואָלוועלער. אויב איר ווילט, קענט איר ניצן עסיק אַנשטאָט ווײַן (אָדער האַלב־ווײַן, האַלב־עסיק) אויך אינעם צווייטן רעצעפּט.
מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט אונדזער לייענער, נח מילער, געבעטן בײַ אונדז אַ רעצעפּט פֿאַר זראַזעס. אַ דאַנק דעם מיטאַרבעטער אין רעדאַקציע, באָריס בודיאַנסקי, וואָס קען רוסיש, האָט זיך טאַקע אָפּגעפֿונען אויף רוסיש אַ צאָל רעצעפּטן פֿאַר זראַזעס מיט פֿאַרשידענע נוסחאָות: איינער, מיט האַרטע אייער און אַשלעך (גרינע ציבעלע); אַ צווייטער, מיט אַ רײַז־פֿילעכץ, און אַ דריטער, מיט זויערע אוגערקעס. מיר רעכענען דאָ אויס אַלע ברירות.
אויב איר האָט ליב קנאָבל וועט איר זיך באַלעקן מיט דער זופּ, וואָס באַשטייט פֿון אַ גאַנץ הייפּטל קנאָבל! זאָרגט זיך נישט וועגן דער שאַרפֿקייט — בשעתן קאָכן, ווערט דער קנאָבלדיקער טעם אַ סך ווייניקער שאַרף, בעת ער מישט זיך אויס מיט די אַנדערע באַשטאַנדטיילן. די זופּ איז אויך זייער געשמאַק ווען איר גרייט זי צו אין אַ פּאַמעלעך־קאָכער (אַן עלעקטרישער טאָפּ, וואָס קאָכט די זופּ צו־ביסלעך, במשך פֿון אַ גאַנצן טאָג אָדער אַ גאַנצע נאַכט). מע קען די זופּ אויך צוגרייטן ערבֿ שבת, און לאָזן זי איבערנאַכט אויפֿן בלעך, כּדי צו עסן זי שבת בײַ טאָג, אַנשטאָט טשאָלנט.
דאָס איז אַ גיך מאכל צוצוגרייטן, און זייער אַ געשמאַקס דערצו, צוליב דעם לימענע־באַטעמטן ווײַן־סאָוס. נאָכן אויסקוועטשן די לימענעס, וואַרפֿט נישט אַרויס די לימענע־העלפֿטן, ווײַל איר וועט זיי דאַרפֿן, כּדי צוצוגרייטן דעם סאָוס.
2 בייליק־העלפֿטן (chicken breast), אָן הויט און ביינער
מע קען דערקענען ווי באַליבט אַ ייִדיש מאכל איז, לויט דער צאָל נעמען. געוויקלט קרויט מיט פֿלייש איז איינס פֿון די מאכלים. מע רופֿט עס אויך האָלובצעס, האָלעשקעס, פּראַקעס און מסתּמא אויך מיט אַנדערע ווערטער. געוויינטלעך, קאָכט מען זיי אויס אין אַ זיס־און־זויערן פּאָמידאָרן־סאָוס. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך באַשלאָסן אויסצופּרוּוון אַ נײַעם רעצעפּט פֿאַר האָלעשקעס, אָן פֿלייש, און אָן צוקער.
אויב איר האָט ליב לאַזאַניע אָבער זאָרגט זיך וועגן דעם הויכן פּראָצענט פֿעטס, אָט האָט איר אַ געשמאַקן רעצעפּט, וואָס פֿאַרבײַט דעם בוימל אויף יויך, און באַטעמט עס מיט סויע־סאָוס און באַלזאַמישן עסיק. די גרעסטע מעלה פֿון דעם מאכל: מע דאַרף נישט באַזונדער אָפּקאָכן די לאָקשן. אַ דאַנק דעם יויך, ווערן די לאָקשן דורכגעקאָכט, בעתן באַקן. דער אויסזען פֿון אַ מאָלצײַט איז אַ מאָל פּונקט אַזוי וויכטיק ווי דער טעם, בפֿרט ווען עס רעדט זיך וועגן צוגרייטן אַ ספּאָנטאַנע וועטשערע, נאָך אַ שווערן טאָג בײַ דער אַרבעט.
איך האָב זייער ליב וואָס מע רופֿט אין אַמעריקע אַ רומענישן (און אַ מאָל — רוסישן) פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט, אָבער כאָטש איך האָב יאָרן לאַנג אויסגעפּרוּווט פֿאַרשידענע רעצעפּטן, האָט עס קיין מאָל נישט געהאַט דעם טעם פֿון דעם אויסערגעוויינטלעכן פּאַטלעזשאַן־סאַלאַט, וואָס איך האָב פֿאַרזוכט בײַ מײַנע רוסישע פֿרײַנד, אָדער אין די רעסטאָראַנען און אויף שׂימחות. כ׳האָב אָנגעהויבן צו פֿילן ווי דער קעניג אַרטור, וואָס זוכט אָן אויפֿהער דעם הייליקן גראַל.
עס גלוסט זיך אײַך אַ האַמבורגער, נאָר דער דאָקטער האָט אײַך באַפֿוילן נישט צו עסן קיין רינדערן פֿלייש. פּרוּווט פֿאַרבײַטן דאָס פֿלייש מיט טונפֿיש. כּדי גרינגער צו מאַכן דאָס מאכל, ניצט דעם גרייטן טונפֿיש פֿון די פּושקעס. אָבער געדענקט, ווען איר עפֿנט די פּושקע, זאָלט איר פֿריִער לאָזן אָפּרינען דעם זאַפֿט. דער כריין אין דעם רעצעפּט גיט צו אַ געוויסע שאַרפֿקייט צום טעם. טאָמער זענט איר שפּירעוודיק אויף שאַרפֿע עסנס, גיט אַרײַן ווייניקער ווי 1/2־1 לעפֿעלע כריין, אָדער לאָזט אים אַרויס אין גאַנצן. אַ קרופּניק איז אַ גערשטן־זופּ (barley soup, בלע״ז), וואָס ווערט געוויינטלעך געמאַכט מיט רינדערן פֿלייש. אָט האָט איר אַ וועגעטאַרישן נוסח, וואָס איז אַזוי געדיכט און "רײַך" מיט פּראָטעיִן, אַז, באַגלייט מיט פֿריש שוואַרץ ברויט, קאָן ער דינען ווי אַ גאַנצער מיטאָג. דער קרופּניק איז נאָך מער געשמאַק, ווען מע עסט אים מיט אַ טאָג שפּעטער. אויב די זופּ איז צו געדיכט בײַם אָנוואַרעמען, גיט צו 1/4 טעפּל וואַסער. |
|
























קהילה־לעבן