רעצעפּטן
שפּינאַט מיט ראָזשינקעס

אינעם פֿריִערדיקן נומער "נײַעס פֿאַר בני־בית" האָב איך דערקלערט ווי צו מאַכן פֿינעף גרינגע סאַלאַטן, וואָס כ׳האָב געפֿונען אין אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" מיט צוויי וואָכן צוריק. זינט דעמאָלט האָב איך כּמעט יעדן אויפֿדערנאַכט צוגעגרייט עטלעכע פֿון די סאַלאַטן, און מײַן מאַן, לייבל, זאָגט, ס׳איז אַזוי געשמאַק, אַז מער ווי דאָס דאַרף ער נישט. (ס׳העלפֿט אויך, אַז איך באַגלייט יעדן מאָלצײַט מיט צוגעברוינט ראַזעווע ברויט אָנגעריבן מיט קנאָבל!)

אָט זענען נאָך דרײַ סאַלאַטן פֿון דער זעלבער רשימה. ווידער גיב איך נישט אָן קיין מאָסן ווײַל מיט אַ סאַלאַט קאָן מען זײַן בייגעוודיק.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן ברודער און זײַן פֿרוי זענען געקומען צו גאַסט און אײַנגעשטאַנען בײַ מיר אין פֿלאָרידע דעם זומער. אָבער זיי זענען נישט בלויז געקומען צו גאַסט, נאָר אויסגעניצט מײַן גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט פֿאַר זייערע צוועקן. קיילע האָט פֿאַרבראַכט מיט אירע חבֿרטעס אין מיאַמי יעדן טאָג. אָדם איז איר נאָכגעגאַנגען ווי אַ הינטל, און נישט געוואָלט פֿאַרברענגען מיט מיר כאָטש אַ ביסל. איך האָב זיי אַפֿילו בפֿירוש געזאָגט, אַז איך וויל עסן מיט זיי אַ שבת־וועטשערע — נאָר מיר דרײַ.

רעצעפּטן
פּאָמידאָרן און פֿערישקע־סאַלאַט

דער שפּײַז־אָפּטייל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס" האָט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך אויסגערעכנט אַ רשימה פֿון 101 סאַלאַטן, וואָס מע קאָן גיך צונויפֿשטעלן. דער מחבר גיט נישט אָן קיין מאָסן, ווײַל מיט אַ סאַלאַט, קאָן מען זײַן בייגעוודיק. אָט זענען עטלעכע פֿון די אינטערעסאַנטערע מעגלעכקייטן:

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

פֿאַר וואָס קען מײַן חבֿרטע זיך נישט אויפֿפֿירן ווי אַ מיידל דאַרף זיך אויפֿפֿירן? עמילי האָט קורצע האָר און איז אַ ספּאָרטלערין. זי האָט ליב צו פֿאַרברענגען די צײַט מיט ספּאָרט — שפּילן, צוקוקן אָדער רעדן וועגן ספּאָרט — מיט מײַנע מאַנצביל־חבֿרים! זי טרינקט ביר און רעדט הויך אויף אַ קול און טראָגט אַפֿילו מענערישע קליידער. אפֿשר קלינגט עס, ווי איך בין נישט קיין גוטער חבֿר; אָבער, אין דער אמתן, האָב איך זי זייער ליב. מיר זענען אַ גליקלעך פּאָרל.

רעצעפּטן

בײַ די מאַראָקאַנישע ייִדן מאַכט מען טשאָלנט מיט שאָפֿן־פֿלייש אַנשטאָט רינדערן פֿלייש; נאַהיט (chickpeas) אַנשטאָט די געוויינטלעכע טשאָלנט־בעבלעך, און באַטאַטעס אַנשטאָט קאַרטאָפֿל — און מע גיט צו אַ ביסל האָניק אויך. האָב איך עס אויסגעפּרוּווט, און ס׳איז טאַקע געווען זייער געשמאַק.




3/4 טעפּל רויע נאַהיט
שפּריצבוימל

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה פּאָלאַק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב צוויי וווּנדערלעכע, זיסע און קלוגע צווילינג־טעכטער — רחל און סאַמאַנטאַ. דאָס ערשטע מיידל צו ווערן אַ פֿרוי, וואָס שייך דעם קערפּער, איז געווען סאַמאַנטאַ. זי האָט באַקומען אַ הויט־אויסשלאַק, און איר קערפּער וואַקסט און בײַט זיך כּסדר. זי איז זייער סענסיטיוו אויף דעם. רחל, להיפּוך, איז נאָך קליין. אין גיכן וועלן די צוויי אָנהייבן זיך צוגרייטן צו דער בת־מיצווה און איך זאָרג זיך וועגן סאַמאַנטאַן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך גיי באַלד חתונה האָבן. דאָס איז מײַן צווייטע חתונה, אָבער די ערשטע פֿאַר מײַן חתן. זאָל איך טראָגן אַ ווײַס חופּה־קלייד? מײַן מאַמע האַלט, אַז ניין, אַז ס‘איז נאַריש.

רעצעפּטן

דאָס איז אַ סאַלאַט וואָס מע קען מיטברענגען אויף אַ פּיקניק, אָדער עסן מיט פֿריש ברויט אין אַ הייסער זומער־נאַכט.

אויב איר יאָגט זיך מיטן צוגרייטן עסן, קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע קוקורוזע (לאָזט עס זיך צעגיין אַ האַלבע שעה איידער איר מישט עס אַרײַן) אָדער די קוקורוזע פֿון דער פּושקע. אויב אָבער איר האָט יאָ צײַט, איז אַ סך געשמאַקער צו ניצן די זערנעס (kernels) פֿון פֿרישער קוקורוזע, וואָס איר האָט אַליין אָפּגעקאָכט (בערך 15 מינוט).

משפּחה, קהילה־לעבן

צוליב דער וואַקסנדיקער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג אין אַמעריקע, און בפֿרט אין די גרויסע שטעט ווי ניו־יאָרק, זעט מען הײַנט אַ סך מער חתונות, געפֿירט אויפֿן טראַדיציאָנעלן אופֿן. אַ גאַסט וואָס איז בלויז צוגעוווינט צו גיין אויף נישט־פֿרומע חתונות, וועט באַלד באַמערקן אַ צאָל אונטערשיידן: די כּלה טראָגט אַ באַשיידן חופּה־קלייד; די מאַנסבילן און די פֿרויען טאַנצן באַזונדער און, בדרך־כּלל, באַגריסט מען דעם צווייטן מין מיט אַ וואַרעמען שמייכל, נישט מיט אַ קוש.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ פּראָבלעם מיט וועלכער איך שעם זיך. איך באַטייליק זיך אין אַ מנין אין דער זעלבער שיל פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. איצט בין איך 17 יאָר אַלט, אָבער די עלטערע מענטשן קוקן אויף מיר ווי איך וואָלט געווען נאָך 7. איין פֿרוי, רות כּהן, מאַכט מיך משוגע — ווען זי דערזעט מיך, נעמט זי מיך אַרום און גיט מיר אַ פּאַטש פֿון הינטן. איך געדענק, ווען זי פֿלעגט דאָס טאָן מיט צען, צוועלף יאָר צוריק. איך באַמי זיך זי אויסצומײַדן, אָבער אין אַזאַ קליינער שיל איז דאָס אוממעגלעך. וואָס דאַרף איך איר זאָגן וועגן דעם, אָבער דערבײַ זי נישט באַליידיקן? זאָל איך עפּעס זאָגן בכלל אָדער "זאָל מײַנס איבערגיין"?

רעצעפּטן

דאָס מאכל פּאַסט זיך צו סײַ צו פֿרישטיק, סײַ צו מיטאָג. ניצט אַ פּאַטעלניע, וואָס קאָן פֿאַרטראָגן די היץ פֿון אַ בראָט־אויוון (broiler).

1 קליינער פּאַטלעזשאַן
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 קליינע ציבעלע, צעהאַקט

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך אַרבעט ווי אַ געהילף בײַ אַ חזן אין אַ שיל. אַזוי פֿיל מענטשן ווילן, איך זאָל זיך באַקענען מיט זייער חבֿר אָדער קרובֿ, אַז איך ווער משוגע. איך בין יונג און באַמי זיך אויפֿצופֿירן פּראָפֿעסיאָנעל; אָבער מײַנע מיטאַרבעטער און די מיטגלידער אין דער קהילה "האַקן" מיר כּסדר וועגן דעם, איך זאָל האָבן אַ ראַנדעוווּ מיט זייער זון, אייניקל אָדער חבֿר. כאָטש איך בין יאָ אַ ביסל פֿאַראינטערעסירט אין דעם, וויל איך מע זאָל האָבן דרך־ארץ פֿאַר מיר און מײַן פּאָזיציע, און מיר דאַכט, אַז די שמועסן זענען נישט פּאַסיק בײַ דער אַרבעט. ווי קען איך די שמועסן אָפּשטעלן, אָבער בלײַבן העפֿלעך אין דער זעלבער צײַט?