User loginSearch |
מאָנטיק, דעם 29סטן טאָג אין חודש חשוון (דעם 16טן נאָוועמבער), 50 טעג נאָך יום־כּיפּור, האָבן די ייִדן פֿון עטיאָפּיע אין ישׂראל, אָפּגגעמערקט זייער יערלעכן, טראַדיציאָנעלן יום־טובֿ, וואָס הייסט אין דער אַמהאַרישער שפּראַך "סיגד". דורות־לאַנג האָבן זיי אין עטיאָפּיע אָפּגעהיט דעם דאָזיקן פֿײַערלעכן טאָג מיט אַ תּענית און מיט ספּעציעלע תּפֿילות, אָנגעפֿירט פֿון זייערע רבנים די "קייסים", זייערע גײַסטיקע אָנפֿירער. די אינטערנעץ איז אַ מעכטיקער פֿאָרום, בתוכם — צי בפֿרט — אין אַזאַ לאַנד ווי רוסלאַנד, וווּ די פּרעסע און טעלעוויזיע זײַנען מערסטנטייל לאָיאַל דער רעגירונג. אָבער דער YouTube איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. האָט אַ פּאָליציאַנט פֿון דרום-רוסלאַנד, אַלעקסיי דימאָווסקי, פֿאַרשריבן זײַנע אָפֿענע ווענדונגען צום פּרעמיער-מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. ער רעדט וועגן קאָרופּציע, וואָס איז אַ קאָלאָסאַלע פּראָבלעם אין לאַנד בכלל און צווישן די פּאָליציאַנטן בפֿרט. דער אָפֿיציר טענהט, אַז דאָס געהאַלט אַליין פֿון די פּאָליציאַנטן (אַרום פֿיר-פֿינף הונדערט דאָלאַר אַ חודש) שטופּט זיי אונטער צו נעמען כאַבאַר. פֿריִער, נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן, איז צווישן די קינדער געווען פֿאַרשפּרייט אַ לידעלע: "מיר לעבן פֿריילעך הײַנט, נאָר מאָרגן וועט אונדז פֿריילעכער זײַן נאָך מער." פּונקט אַזוי פֿילן זיך הײַנט די אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע. יעדנפֿאַלס, ס׳איז נישט סקוטשנע. אין סעפּטעמבער האָט דאָס לאַנד זיך ווי אַריבערגעפּעקלט צוריק אין די 1990ער יאָרן... נאָכן אויסוויילן מיכײַ גימפּו פֿאַרן ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, נישט געקוקט אויף דעם פּראָטעסט פֿון די קאָמוניסטן, צוליב דער אומגעזעצלעכקייט פֿון די וואַלן. די ימים־נוראָים פֿון דעם נײַעם יאָר תּש״ע זענען שוין בע״ה הינטער אונדז. אַוועק זענען די אָנגעשטרענגטע הכנות אין דעם חודש אלול, אין וועלכן אַחינו־בני־ישׂראל האָבן זיך מכין געווען צו באַגעגענען די פֿאָרכטיקע טעג וואָס קומען באַלד אָן. יעדער איינער פֿון אונדז האָט זיך אַרײַנגעטראַכט, אויף זײַן טראַדיציאָנעלן שטייגער, וועגן די יאָרן וואָס פֿליסן אַזוי שנעל פֿאַרבײַ, אָדער וועגן די טעג ווען ער וועט שטיין פֿאַר דעם בית־דין־של־מעלה און דאַרפֿן אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿאַר דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
לויט דער שוין אײַנגעשטאַנענער טראַדיציע, קומען אָפֿט אין אויגוסט די געוועזענע אײַנוווינער פֿונעם לאַנד. אויך הײַיאָר איז פֿון עסטרײַך געקומען צו באַזוכן זײַנע קרובֿים דער מוזיקער ראָמאַן גרינבערג. ער וווינט אין ווין און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אינעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן: טרעט אויף מיט ייִדישע לידער און פֿירט אָן מיטן ווינער ייִדישן כאָר. ער איז שוין פֿריִער געווען אין קעשענעוו, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט מיט זײַן כאָר אינעם פֿעסטיוואַל "בעסאַראַבער ליד". דאָס מאָל איז ער געקומען מיט זײַן פֿרוי און ברודער טאָני צו פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דער היים־שטאָט בעלץ. עס איז שוין אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע אין אונדזער מדינה, אַז ווען עס דערנענטערט זיך צו זײַן סוף דער הייסער אויגוסט־חודש, און דער קאַלענדאַר זאָגט אָן דעם אָנקום פֿון דעם 1טן טאָג פֿון סעפּטעמבער, הייבן זיך אָן אומעטום די פֿיבערדיקע און פֿלײַסיקע הכנות צו דעם נײַעם לערן־יאָר. די געשעפֿטן ווערן באַלאַגערט מיט משפּחות און קינדער, וואָס קויפֿן אײַן די לערנביכער, העפֿטן און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן און צודאַטן פֿאַר די נאָענטע לימודים אין קלאַס און אין דער היים. אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו. אין דעם לייט־אַרטיקל פֿון דעם לעצטן "פֿאָרווערטס" (פֿון יולי 24—30) אונטערן קעפּל "כוליגאַניזם איז ניט קיין אמונה", רעאַגירט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער שאַרף און אויסדריקלעך, אויף די הפֿקרדיקע און ביטערע געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מאה־שערים־ און גאולה־קוואַרטאַלן, אויף דעם בר־אילן־שאָסיי, בײַ דעם ספֿרא־סקווער, נעבן דער ירושלים־מוניציפּאַליטעט, אויף ממילא־גאַס, נעבן דעם יפֿו־טויער און אין אַנדערע רעליגיעזע גאַסן און געסלעך פֿון דער הייליקער שטאָט.
צוויי שילן אין ריווערדייל — אַ פֿאַרמעגלעכע ייִדישע געגנט אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון בראָנקס, ניו־יאָרק — זענען פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך געווען די צילן פֿון אַ טעראָריסטישן אַטאַק, וואָס די פּאָליציי האָט צונישט געמאַכט דורכן "פֿאַרקויפֿן" די טעראָריסטן פֿאַלשע אויפֿרײַס־אַפּאַראַטן. די פֿיר מענער — דזשיימס קראָמיטי, דייוויד וויליאַמס, אָנטאַ וויליאַמס און לאַ׳גער פּייען — האָבן אויך געהאַט בדעה אַראָפּצושיסן עראָפּלאַנען פֿונעם אַמעריקאַנער מיליטער. אַלע פֿיר זענען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אין תּפֿיסה אָנגענומען דעם מוסולמענישן גלויבן, און וווינען הײַנט אין דער שטאָט ניובורג, 60 מײַל צפֿון פֿון ניו־יאָרק.
ס׳איז באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט, אַז "בני־ציון" איז צווישן די עלטסטע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. געגרינדעט האָבן זי די ייִדישע אימיגראַנטן, געקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין אָנהייב־20סטן יאָרהונדערט. דער הויפּט ציל איז געווען צו זאַמלען געלט און אַרויסהעלפֿן די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע. פֿאַראַיאָרן האָט די "בני־ציון"־אָרגאַניזאַציע געפֿײַערט איר 100־יאָריקן יוביליי. (מחשבֿות און קאָמענטאַרן) די שווערע עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָבן אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט זאָרג, אומרו און שווערן געמיט אין די ערבֿ־פּסחדיקע טעג. אויך די זיכערהייט־לאַגע איז געווען אַן אָנגעשטרענגטע פֿאַר מעגלעכע טעראָר־אַקטן מצד אונדזערע שׂונאים אַרום,
איר ווייסט, אַוודאי, אַליין, ווי איבערגעלאָדן ווערט דער טעלעפֿאָן אין די פּסחדיקע טעג: מע קלינגט פֿון אַנדערע שטעט און לענדער, מע ווינטשט איינער דעם אַנדערן געזונט, מזל וכ׳, און מע שמועסט פּשוט. רעד איך אָט אַזוי מיט אַ גוטן חבֿר מײַנעם, וואָס וווינט אין פּעטערבורג (אין רוסלאַנד, ניט אין פֿלאָרידע), און ער זאָגט מיר: “דו ווייסט, איך וועל דיר באַלד איבערשיקן אַ טשיקאַוון פֿאָטאָ פֿון דער רעקלאַמע, וואָס איך זע פֿון מײַן פֿענצטער". |
|



















קהילה־לעבן