אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿריִער, נאָך אין די סאָוועטישע צײַטן, איז צווישן די קינדער געווען פֿאַרשפּרייט אַ לידעלע: "מיר לעבן פֿריילעך הײַנט, נאָר מאָרגן וועט אונדז פֿריילעכער זײַן נאָך מער." פּונקט אַזוי פֿילן זיך הײַנט די אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע. יעדנפֿאַלס, ס׳איז נישט סקוטשנע. אין סעפּטעמבער האָט דאָס לאַנד זיך ווי אַריבערגעפּעקלט צוריק אין די 1990ער יאָרן...

נאָכן אויסוויילן מיכײַ גימפּו פֿאַרן ספּיקער פֿונעם פּאַרלאַמענט, נישט געקוקט אויף דעם פּראָטעסט פֿון די קאָמוניסטן, צוליב דער אומגעזעצלעכקייט פֿון די וואַלן.

ייִדיש־וועלט, אײראָפּע, ‫רעפּאָרטאַזשן, קהילה־לעבן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַ מאַרטין ווײַנבערגס כּל־בו געשעפֿט אין מאַלמע, האָט מען שוין נײַן מאָל אויסגעהאַקט די שויבן און פֿאַרשמירט די ווענט מיט האַקנקרייצן

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ רײַזע קיין אייראָפּע, וווּ כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט צוויי קליינע ייִדישע קהילות, און דערבײַ צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מיינט עס הײַנט זיך אויסצולעבן ווי אַ ייִד אין יענע קאַנטן.

די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס איך און מײַן מאַן, לייבל, זענען געפֿאָרן אַהין איז געווען צו פּראַווען דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון מײַן שווער, וועלכער וווינט אין מאַלמע — די דריט־גרעסטע שטאָט אין שוועדן.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער דענקמאָל פֿון יחיאל שרײַבמאַן אין וואַד־ראַשקעוו

לויט דער שוין אײַנגעשטאַנענער טראַדיציע, קומען אָפֿט אין אויגוסט די געוועזענע אײַנוווינער פֿונעם לאַנד. אויך הײַיאָר איז פֿון עסטרײַך געקומען צו באַזוכן זײַנע קרובֿים דער מוזיקער ראָמאַן גרינבערג. ער וווינט אין ווין און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אינעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן: טרעט אויף מיט ייִדישע לידער און פֿירט אָן מיטן ווינער ייִדישן כאָר. ער איז שוין פֿריִער געווען אין קעשענעוו, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט מיט זײַן כאָר אינעם פֿעסטיוואַל "בעסאַראַבער ליד". דאָס מאָל איז ער געקומען מיט זײַן פֿרוי און ברודער טאָני צו פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דער היים־שטאָט בעלץ.

פּובליציסטיק, אײראָפּע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רעקלאַמע פֿון פּסח־אונטערנעמונגען אין פּעטערבורג, רוסלאַנד

איר ווייסט, אַוודאי, אַליין, ווי איבערגעלאָדן ווערט דער טעלעפֿאָן אין די פּסחדיקע טעג: מע קלינגט פֿון אַנדערע שטעט און לענדער, מע ווינטשט איינער דעם אַנדערן געזונט, מזל וכ׳, און מע שמועסט פּשוט. רעד איך אָט אַזוי מיט אַ גוטן חבֿר מײַנעם, וואָס וווינט אין פּעטערבורג (אין רוסלאַנד, ניט אין פֿלאָרידע), און ער זאָגט מיר: “דו ווייסט, איך וועל דיר באַלד איבערשיקן אַ טשיקאַוון פֿאָטאָ פֿון דער רעקלאַמע, וואָס איך זע פֿון מײַן פֿענצטער".

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 5טן אַפּריל וועלן אין מאָלדאָווע דורכגעפֿירט ווערן די פּאַרלאַמענט־וואַלן. די איצטיקע וואַל־קאַמפּיין גייט דורך אין אַ באַזונדער שווערער צײַט, צוליב דעם וועלט־קריזיס בכלל, און דעם קריטישן פּאָליטישן מצבֿ אין לאַנד בפֿרט. דערווײַל האָט דער עקאָנאָמישער קריזיס פֿאַרטשעפּעט מאָלדאָווע נאָר מיט איין פֿליגל — ס‘איז געפֿאַלן דאָס בויען נײַע הײַזער, וואָס האָט לעצטנס זיך גוט אַנטוויקלט; צוליב דעם, וואָס פֿון אויסלאַנד, באַזונדערס פֿון מערבֿ־אייראָפּע און רוסלאַנד,

געזעלשאַפֿט, אײראָפּע
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז די גאַליציאַנער שטאָט, וועגן וועלכער די רייד וועט גיין ווײַטער, באַקאַנט געוויינטלעך ווי סטאַניסלאַוו. דעם איצטיקן נאָמען איוואַנאָ-פֿראַנקאָווסק, צי איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק אויף אוקראַיִניש, האָט די שטאָט באַקומען נאָר אין 1962 — זינט דעמאָלט טראָגט עס דעם נאָמען פֿונעם גרויסן אוקראַיִנישן שרײַבער איוואַן פֿראַנקאָ (וואָס האָט, אַגבֿ, געקענט ייִדיש און זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר).

ייִדיש־וועלט, אײראָפּע
אויף דער ייִדישער גאַס אין צענטראַל-פּאַרק

דער לעבנס־שטייגער אין די קליינע ייִדישע קהילות האָט שוין אין משך פֿון די לעצטע יאָרן אײַנגעפֿירט זײַן אייגענעם לוח, וווּ מע קאָן געפֿינען סײַ די טראַדיציאָנעלע ייִדישע יום־טובֿים און סײַ די דאַטעס און חגאות, וואָס אונדזער טאָג־טעגלעכקייט האָט זיי אײַנגעפֿירט.

אַזוי איז פֿאָרגעקומען אויך הײַיאָר אין סעפּטעמבער־חודש, וווּ די צענטראַלע אונטערנעמען איז פֿאַרבונדן מיט דער טראַגישער יאָרצײַט נאָך די אומגעקומענע אינעם דובאָסאַרער "באַבי יאַר".

אײראָפּע, קולטור
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די זינגערין יעל כּהן

דער חודש יוני איז געווען אַ פֿרוכ­פּער­דיקער אויף אינטערעסאַנטע קולטו­רעלע אונ­טער­נעמונגען, איך וויל זיך אָבער אָפּשטעלן בלוי אויף דרײַ פֿון זיי: די פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַ בוך; גראַדויִר־קאָנ­צערט פֿון יאל כּהן און דעם באַזוך פֿון דניאל גלאַי.

דאָס נײַע און לעצטע בוך פֿונעם אָנ­געזעענעם היסטאָריקער אין מאָלדאָווע, ד״ר יעקבֿ קאָפּאַנסקי הייסט "די ייִדישע נאַציא­ָנאַלע באַוועגונג אין בעסאַראַביע צווישן ביידע וועלט־מלחמות (1918־1940).

אײראָפּע, קהילה־לעבן
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער קינדער־כאָר "כּוכבֿים"

צוויי וויכטיקע געשעענישן זײַנען פֿאָרגעקומען אינעם ייִדישן לעבן פֿון די קעשענעווער ליבהאָבער פֿון ייִדישן וואָרט: דאָס אָפּצייכענען דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן און דאָס שאַפֿן אַ נײַעם ייִדיש־קלוב. דעם 12טן מערץ, אינעם געבוירן־טאָג פֿונעם שרײַבער איז דאָס קהילה־הויז געווען פֿול געפּאַקט. אויף דער וואַנט איז געהאָנגען אַ גרויסער פּאָרטרעט פֿון יחיאל שרײַבמאַן, און אויף דער בינע בײַ אַ טישל איז געזעסן מאַרינע, די אַלמנה פֿונעם שרײַבער, און מיכאל פֿינקעל, פּאָעט און שטעלפֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם קהילה־הויז. ער האָט טאַקע אָנגעפֿירט מיטן אָוונט.

אײראָפּע, קולטור
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָסקווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סערגאָ בענגעלסדאָרף

די גלאָבאַלע דערוואַרעמונג האָט אונדזער לאַנד נישט אָנגערירט. פֿון חנוכּה ביז הײַנט באַלעבאַטעוועט דער פֿראָסט, באַזונדערס בײַנאַכט. די קעלט האָט אָבער נישט אָפּגע­שטעלט די אַקטיוויטעטן אינעם ייִדישן קהילה־צענטער, וואָס האָט אָפּגעמערקט זײַן צוויי־יאָריקן געבורטסטאָג. פֿאַרשטייט זיך, צוויי יאָר איז בלויז אַ קינדער־עלטער, לאָמיר אָבער נעמען אין באַטראַכט, וויפֿל גוטע זאַכן זײַנען געגרינדעט געוואָרן במשך פֿון דער צײַט סײַ פֿאַר די דער­וואַקסענע און סײַ פֿאַר קינדער.