User loginSearch |
רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם" מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע. עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנערקענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער. די פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון דער װינטער-סעסיע פֿון דער כּנסת איז פֿאָרגעקומען הײַנטיקע װאָך — צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, בײַ דער שטאַרק אָנזעעװדיקער אָפּװעזנהייט פֿון דעם ערשטן בירגער פֿון דער מדינה, דעם מדינה-פּרעזידענט. געװײנטלעך פֿלעגט דאָס שופֿר-בלאָזן מיטן אַרײַנקומען פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט און דאָס דערעפֿענען דורך אים די סעסיע, צוגעבן אַ מאַיעסטעטישן כּבֿוד דעם פּאַרלאַמענט און אַ געװיסע פֿאַרביקייט דעם פֿײַערלעכן ריטואַל פֿון דער דערעפֿענונג. |
|














קהילה־לעבן