די פּאָליטישע פּראָצעסן וואָס קומען לעצטנס פֿאָר אין רוסלאַנד, בפֿרט די ריזיקע דעמאָנסטראַציעס אין מאָסקווע און נאָך אין עטלעכע מיליאָניקע שטעט, האָבן זייער באַגײַסטערט דעם מערבֿ, וועלכער זעט אין זיי סימנים פֿון נאָך איין "אָראַנזש־רעוואָלוציע" אויפֿן פּאָסט־שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אַזוי, למשל, לעאָן אַראָן, דירעקטאָר פֿון אַן אויספֿאָרשונג־פּראָגראַם וועגן רוסלאַנד שרײַבט, אַז אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט וועקן זיך אויף די מאָראַלישע געפֿילן. "אַ טייל קעמפֿט קעגן קאָרופּציע, אַן אַנדער טייל פּרוּווט צו ראַטעווען היסטאָרישע דענקמעלער אָדער אָפּשטעלן דאָס פֿאַרפּעסטיקן די אַרומיקע סבֿיבֿה." דער אַמעריקאַנער פֿאָרשער דערקלערט עס דערמיט, וואָס די אַקטיווע מענטשן אין רוסלאַנד זײַנען איבערצײַגט, אַז "די ליבעראַליזאַציע פֿון לאַנד קאָן קומען נאָר דורך אַ רײַפֿער ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס איז פֿעיִק צו קאָנטראָלירן די מאַכט".
ווי אַ מוסטער, פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער ליבעראַליזאַציע אויפֿן פּאָסט־סאָוועטישן שטח, ווערט גענומען אוקראַיִנע. די "אָראַנזש־רעוואָלוציע" אין 2005 האָט ממש איבערראַשט דעם מערבֿ, אַרײַנגעבראַכט אַ פֿרישן ווינט פֿון האָפֿענונגען סײַ פֿאַר דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג און סײַ פֿאַר די שכנישע לענדער — ווײַסרוסלאַנד און רוסלאַנד; אין דער זעלבער צײַט האָבן זיי אָנגעשראָקן דעם ווײַסרוסישן דיקטאַטאָר לוקאַשענקאָ און די רעגירונג פֿון פּוטינען, וואָס האָבן נאָך שטאַרקער פֿאַרפֿעסטיקט זייער מאַכט.
דער סוף פֿון דער אוקראַיִנישער אָראַנזש־רעוואָלוציע איז אָבער גענוג אַ טרויעריקער: וואָס מער דאָס לאַנד גייט אָן מיט דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, אַלץ מער ווערט אָפּגעשוואַכט איר ווירטשאַפֿט. די קאַרפּנקעפּ פֿון 2005, דער געוועזענער פּרעזידענט יושטשענקאָ, האָט אויפֿגעוועקט די עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע כּוחות, און די געוועזענע פּרעמיער־מיניסטאָרין יוליאַ טימאָשענקאָ איז איצט פֿאַרשפּאַרט אין טורמע אויף זיבן יאָר.
נישט געקוקט אויפֿן קאַלטן וועטער אין ניו־יאָרק, איז אויף דער וואַלן־גאַס — הייס. דהײַנו: דעם 20סטן מאַרץ קומען פֿאָר סענאַט־וואַלן פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער הויפּט־געיעג לעצטנס קומט פֿאָר אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, צווישן די קאַנדידאַטן, וואָס דער בעסטער פֿון זיי וועט זיך צונויפֿקומען אין אַ "שלאַכט" מיטן איצטיקן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 6טן נאָוועמבער.
דער קאַמף אָבער צווישן די קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען אַן אָרט אינעם סענאַט פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, איז פּונקט אַזוי דראַסטיש און אײַנשטעלעריש, ווי אין די העכסטע מאַכט־עשאַלאָנען. צוריק גערעדט, די "עולה" קיין וואַשינגטאָן הייבט זיך דאָך אָן פֿון די שטאַטן. דעריבער פֿעלט נישט אויס קיין קללות און שמוץ — אַלץ ווערט איבערגעקערט און אַרויסגעשטעלט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט!
ווי באַוווּסט, ווערט דער שטאַט און די שטאָט ניו־יאָרק צעטיילט אויף וואַלקרײַזן, כּדי יעדער וואַלקרײַז זאָל אויסוועלן זײַן קאַנדידאַט אין שטאַט־סענאַט. די גרענעצן פֿון די וואַלקרײַזן ווערן באַשטימט יעדע 10 יאָר נאָך דער פֿאָלקסציילונג; און אַזוי ווי אַזאַ פֿאָלקסציילונג איז פֿאָרגעקומען אין 2010, זײַנען אויך איצט די גרענעצן פֿון די וואַלקרײַזן געענדערט געוואָרן. און אָט זײַנען דעם 27סטן יאַנואַר פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די נײַע מאַפּעס. האָט באַלד אויסגעבראַכן אַ מלחמה צווישן די וויילער פֿון דער אַזוי גערופֿענער "רוסישער גאַס" אין ניו־יאָרק
מה־רעש? לאָזט זיך אויס, אַז דער וואַלקרײַז אויף דרום־ברוקלין, וווּ ס’רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן, איז צעטיילט געוואָרן. איצט, טענהן די וויילער, וועלן זיי שוין פֿאַרלירן זייער "געאייניקטן כּוח" צו ווירקן אויף די אויסגעוויילטע סענאַטאָרן, זיי זאָל לייגן אַכט אויף די פּראָבלעמען און פֿאָדערונגען פֿון זייערע וויילער. און ס’איז טאַקע אַזוי: וואָס קאָן, למשל, פֿאַרשטיין אַ סענאַטאָר פֿון אַ כינעזישן אָפּשטאַם וועגן די פּראָבלעמען פֿון די "רוסישע ייִדן"?
זעט אויס, אַז די טעמע "אַנטיסעמיטיזם" בכלל און "אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע", וועט שוין קיין מאָל נישט אויסגעמעקט ווערן פֿונעם פּאָליטישן סדר־היום און דעם טאָג־טעגלעכן לעבנס־שטייגער. דער מלחמה־עכאָ צווישן רוים און ירושלים, אָנגעהויבן נאָך אין די צײַטן פֿון דער רוימישער אימפּעריע, וועט קיין מאָל נישט פֿאַרשטימט ווערן; און ס’איז גאָר נישט וויכטיק, וויפֿל ייִדן בסך־הכּל באַזעצן הײַנט אייראָפּע און, וואָס איז זייער אָרט אינעם לעבן פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער. דער מיטאָס איז שטאַרקער פֿונעם אמת.
די אייראָפּעיִשע רעגירונגען, בשותּפֿות מיט די אָרטיקע ייִדישע קהילות און רײַכע יחידים געבן אויס ריזיקע געלטער אויפֿצושטעלן און אויסצוהאַלטן די חורבן־מוזייען, אָנדענק־ערטער, צענטערס פֿון חורבן־ און אַנטיסעמיטיזם־פֿאָרשונג. ערשט מיט צוויי יאָר צוריק איז אין בריסל געעפֿנט געוואָרן אַ גרויסער חורבן־צענטער, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון "אייראָפּעיִשע אינפֿראַסטרוקטור פֿון פֿאָרשן דעם חורבן". געעפֿנט איז ער געוואָרן מיט אַ גרויסן טראַסק און שיינע רעדעס וועגן די צוועקן און אויפֿגאַבעס פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע, געשאַפֿן אונטערן פֿליגל פֿונעם האָלענדישן אינסטיטוט צו פֿאָרשן די צווייטע וועלט־מלחמה.
קיין צווייפֿל איז ניטאָ, אַז אַלע באַמיִונגען פֿון די פֿאָרשער וועלן ברענגען צו וויכטיקע רעזולטאַטן. אָבער נאָר אויף אַ טעאָרעטישן אופֿן. אין דרויסן זעט עס אַלץ אויס גאָר אַנדערש. טאַקע אין בעלגיע גופֿא, אין אַנטווערפּן, צו פֿירן דאָרט אַן אָפֿן פֿרום לעבן איז ריזיקאַליש, בפֿרט פֿאַר די אָרטיקע חסידים, וועלכע ווערן אָפֿט אַטאַקירט סײַ ווערטלעך און סײַ פֿיזיש פֿון זייערע מוסולמענישע שכנים, וואָס האָבן פֿאַרפֿלייצט די אייראָפּעיִשע שטעט.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די אַמעריקאַנער פּרעסע ווידער דערמאָנט דעם נאָמען ראַול וואַלענבערג. אונדזערן לייענער דאַרף מען ספּעציעל נישט דערציילן, ווער וואַלענבערג איז געווען, און וועגן זײַן העלדישער רעטונגס־אַקציע פֿון די אונגערישע ייִדן אין 1944. אַ דאַנק זײַן אַרבעט, ווי דער ערשטער סעקרעטאַר בײַ דער שוועדישער אַמבאַסאַדע אין בודאַפּעשט, און זײַנע "שוץ־פּאַספּאָרטן", זײַנען געבליבן לעבן אַרום 100 טויזנט מענטשן.
די שפּורן פֿון וואַלענבערגן ווערן פֿאַרלוירן באַלד נאָך דעם ווי אין בודאַפּעשט זײַנען אַרײַן די סאָוועטישע טאַנקן אין פֿעברואַר 1945. די אַלע באַמיִונגען אויסצוקלאָרן זײַן גורל האָבן זיך אָנגעשטויסן אין סתּירותדיקע ידיעות, בתוכם, דער מעלדונג, אַז ראַול וואַלענבערג איז דערשאָסן געוואָרן אין דער מאָסקווער לוביאַנקער תּפֿיסה (קאַגעבע) אין יוני 1947.
די פֿאַרשידענע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס און פֿאָדערונגען פֿון דער שוועדישער רעגירונג, דערלאַנגט סײַ אין דער צײַט פֿון גאָרבאַטשאָווס "פּערעסטראָיקע" און סײַ שוין נאָכן קראַך פֿונעם סאָוועטישן רעזשים, האָבן קלאָרער דעם ענין נישט געמאַכט. סײַדן אין 1989 האָבן וואַלענבערגס קרובֿים באַקומען זײַנע פּערזענלעכע חפֿצים, אַרײַנגערעכנט זײַן דיפּלאָמאַטישן פּאַספּאָרט; און דאָס האָט געשאַפֿן אַ נײַע השערה, אַז ער איז נישט דערשאָסן אָדער געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק (נאָך איין ווערסיע); און אַז מ’האָט אים אַפֿילו געזען אין פֿאַרשידענע יאָרן אין די לאַגערן פֿון "גולאַג" און פּסיכיאַטרישע שפּיטעלער.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר, דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט, באַקומען אַ בריוו פֿון קיִעוו, וואָס די וויכטיקייט פֿון דער טעמע, אויפֿגעהויבן דאָרט, האָט געבראַכט צום באַשלוס אָפּצודרוקן אייניקע אויסצוגן אין דעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל.
ס’איז באַקאַנט, אַז דײַטשלאַנד, שוין במשך פֿון צענדליקער יאָרן, צאָלט אויס רעפּאַראַציע־געלטער די געליטענע פֿונעם חורבן. די כּללים פֿון די אויסצאָלונגען בײַטן זיך פֿון צײַט צו צײַט און לעצטנס זײַנען זיי נאָך מילדער געוואָרן צו די מענטשן, וועלכע האָבן לויט די פֿריִערדיקע תּנאָים נישט געקאָנט באַקומען קיין פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דײַטשלאַנד.
אָבער נישט וועגן דעם וועלן מיר הײַנט רעדן. אונדזער לייענערין רירט אָן גאָר אַן אַנדער אַספּעקט פֿון דער טעטיקייט, וואָס דײַטשלאַנד פֿירט הײַנט אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע. און עס וואָלט זי אפֿשר דער פֿאַקט נישט אַזוי פֿאַרדריסט, ווען די דאָזיקע טעטיקייט וואָלט נישט געפֿירט געוואָרן, פֿאַרשטעלנדיק זיך מיטן "שילד" פֿון ייִדישן חורבן.
און ווײַטער ברענגען מיר שוין דעם בריוו גופֿא: "הײַנט איז די ערד פֿון אוקראַיִנע פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט אָנדענק־צייכנס לזכּרון די ‘קרבנות פֿון ווערמאַכט’; אַנדערש געזאָגט, די אומגעקומענע דײַטשישע סאָלדאַטן אין אוקראַיִנע. די דאָזיקע מעמאָריאַלן פֿאַרנעמען ריזיקע שטחים אין פֿאַרשידענע ערטער פֿונעם לאַנד. אַ סך פֿון זיי זײַנען אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף אַן אומגעזעצלעכן אופֿן, אָן שום אָפֿיציעלע
אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 28סטן מאַרץ, האָבן געוואַרט נישט בלויז די אַמעריקאַנער, נאָר די גאַנצע וועלט, ווײַל די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, איז נישט צו דערשאַצן; צוריק גערעדט, פֿון דעם ווי אַמעריקע, דער טאָן־געבער פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק, וועט אויף די געשעענישן ענטפֿערן, ווענדט זיך דער מאָרגן פֿון דער גאַנצער ציוויליזאַציע.
אויף פּרעזידענטס אָבאַמאַס דערקלערונגען האָבן אַרויסגעקוקט סײַ די שטיצער און סײַ די קעגנער פֿון דער רעזאָלוציע, אָנגענומען פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — נישט לאָזן דעם דיקטאַטאָר קאַדאַפֿי אומצוברענגען דאָס ליבישע פֿאָלק, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן טיראַנײַ. אַגבֿ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גופֿא, איז די צאָל שטיצער און קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אין דעם אינערלעכן קאָנפֿליקט פֿון ליביע, כּמעט אַ גלײַכע; לעצטנס, מיט אַ קליינעם איבערוואָג בײַ די קעגנער.
ווי עס זעט אויס, איז צווישן די וויכטיקסטע פֿראַגעס, וואָס אויף זייער ענטפֿער האָט געוואַרט די מערהייט בירגער, געווען, פֿאַר וואָס האָבן געזאָלט די אַמעריקאַנער עראָפּלאַנען אַראָפּוואַרפֿן באָמבעס דווקא אויף ליביע, און נישט אויף אַנדערע לענדער, וווּ די מאַכט פֿירט זיך אויף צו אירע אייגענע רעוואָלטירטע בירגער נישט מילדער ווי קאַדאַפֿי?
די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז פֿון פֿראַנקרײַך ווידער אַרויס די פֿאַראורטיילונג פֿון גענאָציד, 1915—1923, ווען אין טערקײַ זײַנען אויסגעהרגעט געוואָרן אָנדערטהאַלבן מיליאָן אַרמענער. דעם פֿאַקט אַליין פֿון גענאָציד האָט פֿראַנקרײַך אָנערקענט נאָך מיט יאָרן צוריק, אין 2001; דאָס מאָל האָט די אונטערשטע קאַמער פֿונעם פֿראַנצויזישן פּאַרלאַמענט אָפּגעשטימט פֿאַר אָננעמען אַ ספּעציעל געזעץ, וואָס וואָלט דערמעגלעכט צו באַשטראָפֿן די יעניקע, וועלכע לייקענען אָפּ דעם פֿאַקט אַליין פֿון אַרמענישן גענאָציד מצד די טערקן.
די אַרמענישע דיאַספּאָרע אין פֿראַנקרײַך איז אפֿשר די גרעסטע און שטאַרקסטע אין אייראָפּע, בערך 500 טויזנט נפֿשות; פֿאַרשטייט זיך, אַז זייערע שטימען וואָלטן זייער צוניץ געקומען דעם איצטיקן פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי און זײַן רעכט־צענטריסטישער פּאַרטיי "פֿאַרבאַנד פֿאַר פֿאָלקס־באַוועגונג", בעת די פּרעזידענט־ און פּאַרלאַמענט־וואַלן אין יאָר 2012.
פֿאַרשטייט זיך, אַז טערקײַ, וואָס האָט ביז אַהער נישט אָנגענומען די גענאָציד־דעפֿיניציע פֿון דעם פֿינצטערן פֿלעק אויף איר געשיכטע, רעאַגירט זייער עמאָציאָנעל אויף אַזעלכע טריט; אַזוי ווײַט, אַז טערקײַ האָט אָפּגעשטעלט אַלע אירע מיליטערישע, פּאָליטישע און האַנדל־פֿאַרבינדונגען מיט פֿראַנקרײַך און האָט אָפּגערופֿן איר אַמבאַסאַדאָר פֿון פּאַריז.
ישׂראל איז פֿאַרטאָן לעצטנס מיט דער סכּנה, וואָס קומט אַרויס פֿונעם פֿונדאַמענטאַליסטישן איראַן, אָדער ווי ס’האָט עס אָפּגעשאַצט דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו: אויפֿן ערשטן אָרט — איראַן, אויפֿן צווייטן אָרט — איראַן און אויפֿן דריטן אָרט — ווידער איראַן. עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז נישט קיין קלענערע סכּנה רײַפֿט אויס דווקא אינעם לאַנד גופֿא; דאָס מאָל פֿון די אָרטיקע פֿונדאַמענטאַליסטן — פֿון די חרדים. ס’האָט זיך שוין אַפֿילו באַוויזן אויף די שפּאַלטן פֿון דער אָרטיקער פּרעסע אַ באַגריף — "חרדיזאַציע פֿונעם לאַנד", אויפֿן סמך פֿון איראַן.
אַז די ישׂראל־געזעלשאַפֿט איז צעשפּאָלטן, דאַרף מען ספּעציעל נישט דערקלערן; אָבער אַזוי זײַן צעריסן ווי די לעצטע צײַט, איז נאָך ביז אַהער נישט געווען. פֿון די אַלגעמיינע סאָציאַלע פּראָטעסטן, וואָס האָבן געבושעוועט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער און האַרבסט, איז דאָס לאַנד איצט אויפֿגעטרייסלט געוואָרן פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם "קאַמף פֿאַר צניעות". פֿאַרשטייט זיך, אַז שולדיק אין דעם זײַנען די נשים. און אַזוי ווי ישׂראל איז אַ דעמאָקראַטיש לאַנד, ווערן דעם רבינס "אַסורות" געלייזט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן.
ווער געדענקט ניט דאָס מעשׂהלע וועגן דעם ייִד, וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די לאַפּעס פֿון אַ בער; אויף זײַן גוואַלד־געשריי, מע זאָל אים ראַטעווען, האָט ער באַקומען פֿון אַ צווייטן ייִד אַן עצה: "לאָז אים אָפּ, דעם בער!" — "ווער האַלט אים דען, — שרײַט, נעבעך, דער געליטענער, — ער לאָזט מיך נישט אָפּ!".
אַנטקעגן וואָס האָבן מיר זיך דערמאָנט אין דער אַלטער געשיכטע? אין נאָוועמבער האָט אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־קאַנאַל TLC (לערן־קאַנאַל) אָנגעהויבן ווײַזן אַ פּראָגראַם, אָדער ווי מע רופֿט עס הײַנט "רעאַליטי־שאָו" אויף דער טעמע "All-American Muslim" (די עכט־אַמעריקאַנער מוסולמענער). איז פֿאַרוואָס טאַקע נישט? מוסולמענער, בירגער פֿון אַמעריקע, זײַנען גאָר נישט קיין נײַע דערשײַנונג. אַן אַנדער זאַך, אַז נאָך דער טראַגעדיע פֿון 11טן סעפּטעמבער 2001 און נאָך די פֿילצאָליקע בלוטיקע טעראָריסטישע אַטאַקן — סײַ אין לאַנד און סײַ אין אויסלאַנד — דורכגעפֿירט פֿון די מוסולמענער, בתוכם בירגער פֿון אַמעריקע, איז דער צוטרוי צו זיי ווײַט פֿון ברייטהאַרציקייט.
אין רוסלאַנד זײַנען דורכגעגאַנגען וואַלן אינעם פּאַרלאַמענט־"דומאַ". דערלאָזט זײַנען געוואָרן צו די וואַלן 7 פּאַרטייען, אָבער נאָר 4 — האָבן גובֿר געווען די 7%, וואָס דערמעגלעכן זיי צו פֿאַרנעמען זייער צאָל ערטער אינעם פּאַרלאַמענט, דהײַנו: די הויפּט־פּאַרטיי "געאייניקטע ראָסיי" (49.3%), "קאָמוניסטישע פּאַרטיי" (19.2%), "גערעכטיקע ראָסיי" (13.25%) און די "ליבעראַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטיי" (12%).
אייגנטלעך, האָט אין דעם זין קיינער קיין סורפּריז נישט דערוואַרט; די פֿיר פּאַרטייען, וואָס זײַנען געווען אין דעם פֿריִערדיקן פּאַרלאַמענט, וועלן אויך ממשיך זײַן זייער געזעצגעבערישע אַרבעט ווײַטער. דער סורפּריז באַשטייט אין דעם, וואָס די הויפּט־פּאַרטיי "געאייניקטע ראָסיי", אין שפּיץ מיט וולאַדימיר פּוטין, זײַנען זיכער געווען, אַז זיי וועלן נישט פּשוט געווינען די וואַלן, נאָר געווינען זיי מיט אַ וואָגיקער מערהייט און פֿאַרבלײַבן די איינציקע באַלעבאַטים אין דער "דומאַ".
צוליב דעם טאַקע, וואָס די "פּלאַנירטע אָפּעראַציע" איז דורכגעפֿאַלן, נישט געקוקט אַפֿילו אויף די שטערונגען פֿאַר די וואַלן און די פֿאַלסיפֿיקאַציעס בעת די וואַלן, האָט דער איצטיקער מאַכט־דועט "מעדוועדיעוו־פּוטין" אויסגעזען אויף זייער ערשטער עפֿנטלעכער טרעפֿונג נאָך די וואַלן צעמישט. דער פּרעזידענט מעדוועדיעוו האָט גערעדט, ווי ער וואָלט זיך פֿאַרענטפֿערט: די וואַלן, לויט זײַן מיינונג, זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אָרנטלעך און דעמאָקראַטיש; די פּאַרטיי "געאייניקטע ראָסיי" האָט פֿאַרדינט דאָס וואָס זי האָט, נישט ווייניקער און נישט מערער; "דערפֿאַר זײַנען טאַקע די וואַלן אָרנטלעכע, גערעכטיקע און דעמאָקראַטישע".
ווי ברייט עס זאָל נישט פֿאַרשפּרייטן זיך די ציוויליזאַציע־נעץ איבער אונדזער פּלאַנעטע, און ווי הויך עס זאָלן נישט פֿליִען אין הימל די קאָסמאָס־שיפֿן, ווען עס קומט צו אויבערגלויבענישן פֿאַלט די מענטשהייט אַרײַן אינעם טיפֿסטן תּהום פֿון מיטל־עלטערלעכער פֿינצטערניש. בפֿרט, ווען עס גייט די רייד וועגן די בילבולים אויף ייִדן.
נאַט אײַך, ווי אַ בײַשפּיל, די רעזולטאַטן פֿון דער אומאָפּהענגיקער עקספּערט־קאָמיסיע, וואָס איר אויפֿגאַבע איז געווען אויסצופֿאָרשן די אַנטיסעמיטישע דערשײַנונגען אינעם הײַנטיקן דײַטשלאַנד. וואָס זשע מיינט איר ליגט אינעם יסוד פֿון האַס צו ייִדן? די זעלבע אַלטע בילבולים, וועלכע האָבן זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. אָפֿיציעל, איז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה דער אַנטיסעמיטיזם פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון דער פּאָליטישער קולטור; און דאָך זײַנען מיט דער קרענק אָנגעשטעקט 20% פֿון דער דײַטשישער באַפֿעלקערונג.
אין יאַנואַר 2009 האָבן אין דײַטשלאַנד געוווינט איבער 82 מיליאָן מענטשן; דאָס מיינט, אַז אַן ערך 16 מיט אַ האַלבן מיליאָן — טראָגן אין זיך די באַקטעריע פֿון שׂינאה צו ייִדן.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַקומען די ידיעה, אַז שמואל עצמון, דער גרינדער פֿונעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין ישׂראל, האָט פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן, ווי דער פֿאַרוואַלטער (גענוי זע ז’ 9). אין אונדזער קליין ייִדיש וועלטל, ווען עס געשעט אַזאַ זאַך, קומען קיין גוטע געדאַנקען נישט אַרויף. "וואָס הייסט, אַליין אַוועקגעגאַנגען?! עפּעס איז דאָ נישט אַזוי!"
און טאַקע, ביז אַהער האָט אין קיין איין ייִדישער אינסטיטוציע, דער "פֿאַרוואַלטער" נישט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע אַליין. אַזוי איז געווען אין "וועלטראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור", אַזוי איז געווען אינעם "שרײַבער־פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן", אַזוי איז געווען אין "בית שלום־עליכם", אַזוי איז געווען אין דער "אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש" און אַזוי האָבן זיך געשלאָסן באַקאַנטע ייִדישע פּובליקאַציעס, אין שפּיץ מיט "די גאָלדענע קייט".
|