User loginSearch |
נאָך דער ערשטער נסיעה פֿון דער נײַער מלוכה־סעקרעטאַרין, הילאַרי קלינטאָן, איבער די גרעסטע אַזיאַטישע לענדער — כינע, יאַפּאַן, דרום־קאָרעע, וואָס אַמעריקע האָט דערמיט אַרויסגעוויזן איר פּריאָריטעט אין דער אויסערלעכער פּאָליטיק, האָט דער דיפּלאָמאַטישער מאַרשרוט אין וואַשינגטאָן זיך אַ קער געטאָן צום מיטעלן מיזרח. און אויב דער פּראָבלעמאַטישער קנופּ אינעם אַזיאַטישן ראַיאָן איז פֿאַרבונדן אויף דער מיליטאַריסטישער צפֿון־קאָרעע, זעען אויס די פּראָבלעמען אינעם מיטעלן מיזרח ווי אַ שטריק, פֿיל מיט קנופּן, פֿאַרצויגן אַרום ישׂראל. דער עקאָנאָמישער און פֿינאַנציעלער קריזיס, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, צווינגט די רעגירונגען זיך אַרומצוקוקן און זיך צופּאַסן צו די אומשטענדן פֿון דער קאָמפּליצירטער צײַט. צו מאַכן הײַנט געהעריקע אויספֿירן פֿון דעם דורכגעגאַנגענעם וועג און צו געפֿינען אַ ריכטיקן באַשלוס פֿאַרן ווײַטערדיקן, איז אפֿשר דאָס וויכטיקסטע אין דער הײַנטיקער סיטואַציע. אין ישׂראל קומען איצט פֿאָר צוויי גרויסע האַנדל־יאַרידים: צו שאַפֿן אַ רעגירונג־קאָאַליציע נאָך די וואַלן און אײַנשטעלן כאָטש אַ קורצווײַליקן שטילשטאַנד מיט “כאַמאַס" נאָך דער אַנטי־טעראָריסטישער אָפּעראַציע אין עזה. אויב אויפֿן ערשטן יאַריד גייט אָן דער האַנדל אַרום דער מאַכט, וואָס אין ישׂראל איז עס נישט גאָר אַ וואַזשנע סחורה; דינגט מען זיך אויפֿן צווייטן יאַריד וועגן מענטשלעכע לעבנס, און קודם־כּל, וועגן דעם לעבן פֿונעם ישׂראל־קאַפּראַל גלעד שליט, פֿאַרכאַפּט מיט דרײַ יאָר צוריק אין געפֿאַנגענשאַפֿט. האָט מען שוין די וואַלן אינעם כּנסת אויך בײַגעקומען. ווי זאָגט מען אין דעם פֿאַל: דער פֿאָריקער פּרעמיער איז געפֿאַלן, לעבן זאָל דער נײַער. דאָ איז טאַקע דער הונט באַגראָבן — ווער זשע וועט צונויפֿשטעלן די נײַע רעגירונג: ציפּי ליבֿני פֿון "קדימה", וואָס האָט געוווּנען די וואַלן מיט אַ מינימאַלער צאָל שטימען, צי בנימין נתניהו, וואָס שטייט בראָש דעם "ליכּוד" און דעם נאַציאָנאַלן לאַגער? אויף אַ קורצער צײַט זײַנען די צוויי לענדער־מיליטאַנטן, איראַן און צפֿון־קאָרעע, פֿאַרשטעלט געוואָרן מיט די הויפּט־געשעענישן פֿון די לעצטע חדשים — די אַנטי־טעראָריסטישע אַקציע פֿון ישׂראל קעגן “כאַמאַס" און דאָס קומען אין “ווײַסן הויז" פֿונעם נײַעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. און אָט זײַנען זיי ווידער אַרויף אויפֿן סדר־היום פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק, שוין מיט אַ נײַעם כּוח און ווי אַ רעזולטאַט פֿון די אומגעלומפּערטע און אומבאַהאָלפֿענע מעשׂים מצד די אייראָפּעיִ דעם 27סטן יאַנואַר האָט מען אָפּגעמערקט אין אייראָפּע דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דעם טאָג האָט די סאָוועטישע אַרמיי באַפֿרײַט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ. ווי עס פֿירט זיך אין דעם טאָג, הערן זיך פֿון די הויכע רעגירונג־טריבונעס, אײַנגעשלאָסן די “יו־ען", טרויעריקע רעדעס לזכּרון די אומגעבראַכטע 6 מיליאָן ייִדן. אַזוי גייט ער שוין אָן, דער יערלעכער ריטואַל: פֿון איין זײַט, רעדט מען וועגן דער גרויסער ייִדישער טראַגעדיע, וואָס איז אַגבֿ פֿאָרגעקומען נישט ערגעץ וווּ, דער נײַער, 44סטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק כוסיין אָבאַמאַ, איז אײַנגעשוווירן געוואָרן דעם 20סטן יאַנואַר אין וואַשינגטאָן. ס’האָבן אויף דעם טאָג אַרויסגעקוקט די אַמעריקאַנער און די גאַנצע וועלט, בתוכם די שׂונאים. אין זײַן געשטאַלט זוכט יעדער צו געפֿינען עפּעס, וואָס האָט אַ שײַכות צו אים פּערזענלעך: די קריסטן, ווײַל ער איז אַ קריסט פֿון זײַן מאַמעס צד; די מוסולמענער, ווײַל זײַן טאַטע איז געווען אַ מוסולמענער; די ייִדן — ווײַל ער איז דווקא נישט קיין ייִד; די שוואַרצע און ווײַסע — ווײַל ער איז אַ געמיש פֿון זײַן ווײַסער מאַמע און שוואַרצן טאַטן. ווי עס פֿירט זיך שוין פֿון קדמונים אָן, קאָן מען אין מיטעלן מיזרח קיין נבֿיא נישט זײַן. די וואָס האָבן זיך אַזוי אָנגערופֿן, האָבן זיכער זייער נבֿיאות אַרויסגעזאָגט אומקוקנדיק זיך אויף צוריק. אַנדערש געזאָגט, שוין נאָך אַלעמען. אַקעגן וואָס האָבן מיר געבראַכט דעם בײַשפּיל? נאָך 18 טעג פֿון דער אַנטי־טעראָריסטישער מלחמה אין עזה, האָבן זיך אָנגעהויבן אַלץ אָפֿטער הערן קולות פֿון אַלע זײַטן, אַז ס’איז שוין געקומען די צײַט אָפּצושטעלן די מיליטערישע מעשׂים און קומען צו עפּעס אַ סוף. וואָס זשע מיינט דער "עפּעס" אַ סוף? די איצטיקע מלחמה קעגן דער טעראָריסטישער ממשלה פֿון "כאַמאַס" אין עזה, האָט נאָך בולטער אַנטפּלעקט די וויכטיקע אַספּעקטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער מיטל־מיזרחדיקער פּאָליטיק. מיר זעען דאָ סײַ די רעאַקציע פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער, סײַ פֿון דער "יו־ען" און אַמעריקע; סײַ די אַראַבישע לענדער און סײַ דעם אויפֿפֿיר פֿון די ישׂראל־אַראַבער. אין ישׂראל גייט ווידער אָן אַ מלחמה. אייגנטלעך, איז דער קורצער שטילשטאַנד־פּעריאָד צווישן דעם טעראָריסטישן "כאַמאַס" און דער ישׂראל־רעגירונג, געווען בלויז אַ געלעגנהייט זיך צוצוגרייטן צו דער "לעצטער, אַנטשיידענער שלאַכט". דער ישׂראלדיקער גענעראַל־שטאַב האָט אויסגעאַרבעט דעם פּלאַן פֿון אַ ברייט־מאַסשטאַביקער אָפּעראַציע אין עזה, און די מיליטאַנטישע רעגירונג פֿון עזה האָט פֿון עגיפּטן אַרײַנגעשמוגלט דורך די צענדליקער און אפֿשר הונדערטער טונעלן סאָפֿיסטיקירטע ראַקעטן און אַנדער געווער, מיר האַלטן איצט בײַם לעצטן נומער פֿונעם אָפּלויפֿנדיקן יאָר, און טרעטן איבער די שוועל פֿון אונדזער 112טן יאָרגאַנג. אין אַזעלכע מאָמענטן פֿילט זיך באַזונדערס שאַרף דער גאַנג פֿון צײַט. אָבער מיר גייען נישט דאָ מאַכן קיין סך־הכּלען, כאָטש אומקוקן זיך אויפֿן דורכגעמאַכטן איז תּמיד כּדאַי — ס‘איז דאָ מיט וואָס זיך צו באַרימען און וואָס צו פֿאַרריכטן. דאָס וויכטיקסטע איז — מיר זײַנען אין שפּאַן און אין גאַנג. מיר האָבן די בילדער שוין נישט איין מאָל געזען אין טעלעוויזיע: געזונטע, זאַטע פּאַרשוינען גייען שטיל אַרײַן אין די אויטאָבוסן, און ווי נאָר זיי (די אויטאָבוסן) רירן זיך פֿון אָרט, הערן זיך פֿון די אָפֿענע פֿענצטער ווילדע אויסגעשרייען... ניין, די אַמנעסטירטע פֿון די ישׂראל־תּפֿיסות פּאַלעסטינער טעראָריסטן געזעגענען זיך נישט און זיי באַדאַנקען נישט פֿאַרן באַפֿרײַען זיי פֿאַר דער צײַט; דאָס זײַנען געשרייען פֿון זיגער. אין דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט פֿון ישׂראל הייסט אַזאַ אַקציע — "זשעסטן פֿון גוטן ווילן". |
|














קהילה־לעבן