User loginSearch |
דער פּרעזידענט בוש אײַלט זיך צו פֿאַרסך־הכּלן זײַן טעטיקייט און איבערצולאָזן נאָך זיך אַ שם פֿון אַ פֿרײַהייט־טרעגער און שלום־מאַכער; און אויב אינעם ערשטן טערמין פֿון זײַן פּרעזידענטשאַפֿט האָט ער גאַלאָפּירט אויפֿן פֿערדל פֿון קאַמף קעגן וועלט־טעראָר, וואָס האָט אים אַרײַנגעבראַכט אין זײַן צווייטער קאַדענץ אויף נאָך פֿיר יאָר, האָט אים דאָס דאָזיקע "פֿערדל" צום סוף פֿון זײַן ממשלה אין "ווײַסן הויז" פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן. אָנהייב וואָך האָבן זיך אין די ווענט פֿון דער "יו־ען" דערהערט פּלוצעם צוויי שטימען, וואָס ביז אַהער האָט מען זיי זעלטן געקאָנט הערן רעדן אין אוניסאָן: דני גילערמאַן, דער פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל אין דער "יו־ען" און ריאַד מאַנסור, וואָס פּרעזענטירט די רעגירונג פֿון מאַכמוד אַבאַס אויפֿן מערבֿ־ברעג. דאָס מאָל האָבן זיי ביידע איבערגעחזרט כּמעט די זעלבע ווערטער: "ראַטעוועט! די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט שטייען אונטער אַ סכּנה!" די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין ישׂראל איז געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע אינטערנאַציאָנאַלע געשעענישן, בפֿירוש אויפֿן פּאָליטישן פֿעלד. קודם־כּל, האָבן ישׂראל באַזוכט מיט זייער אַ וויכטיקן שליחות די געסט פֿון דײַטשלאַנד, בראָש מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל. ווי עס שרײַבט די איטאַליענישע צײַטונג Corriere della Sera, האָט אַנגעלאַ מערקעל "נאָך 60 יאָר זינט ס‘איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, וואָס געדענקט נאָך די קאָנצענטראַציע־לאַגערן און דעם דײַטשישן גענאָציד, פֿאָרגעלייגט איבערצובלעטערן די דאָזיקע זײַט פֿון דער געשיכטע." אַוודאי מוז מען וועגן דעם שרײַבן — אַ קלייניקייט, אַ גאַנצער גובערנאַטאָר פֿון אַזאַ וויכטיקן שטאַט ווי ניו־יאָרק, עליאָט ספּיצער, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אויף נואפֿן (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז‘ 2). ווער רעדט נישט די וואָך וועגן דעם?! נישט, חלילה, מ‘איז אויפֿגעבראַכט געוואָרן דערמיט, וואָס דער גובערנאַטאָר האָט באַזוכט אַ באָרדעל — נישט ער איז דער ערשטער, און נישט ער איז דער לעצטער צווישן די הויכגעשטעלטע טשינאָווניקעס. אַמעריקע האָט שוין געזען אַ פּרעזידענט אויך, וואָס שלאָפֿן נישט נאָר מיטן אייגענעם ווײַב. נאָך 60 יאָר פֿון איר אומאָפּהענגיקייט, האָט מדינת־ישׂראל מסוכּן־שאַרף דערפֿילט ווי גרויס איז איר אָפּהענגיקייט. דאָס לאַנד געפֿינט זיך אין קלעם פֿון אַ דרײַעק, וואָס גיט איר נישט קיין מעגלעכקייט זיך אַרויסצורײַסן פֿון דעם פֿאַראורטיילטן מצבֿ צו זײַן אַ כּפּרה־הינדל פֿאַר אַלע צרות אין מיטעלן מיזרח. אויף די רחבֿותן פֿון רוסלאַנד קאָן מען לעצטנס זען נישט איין שילד, וואָס רופֿט די בירגער פֿונעם לאַנד צו גיין דעם 2טן מערץ און אָפּגעבן זייער שטים "פֿאַרן פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו!" ניין, ס‘איז גאָר נישט קיין וויץ — אַזוי שטייט בפֿירוש אָנגעוויזן: "פֿאַרן פּרעזידענט", נישט "פּרעזידענט־קאַנדידאַט". טאַקע די וואָך איז עס אַרויסגעבראַכט געוואָרן פֿאַר דער וועלט אויף אַ קול: די סערבישע פּראָווינץ קאָסאָוואָ האָט דערקלערט איר אומאָפּהענגיקייט. אויף דער אייראָפּעיִשער מאַפּע האָט זיך באַוויזן נאָך איין נײַ לענדעלע. די שׂימחה איז גרויס, אָבער, ווי עס ווערט באַטאָנט אין ס‘רובֿ מערבֿדיקע צײַטונגען, וועט נאָך דעם פֿריילעכן קערמעשל קומען אַ "גלאָבאַלע אויסניכטערונג". וואָס מיינט עס? מע האָט אַ מאָל צונויפֿגעשטוקעוועט אַזאַ וואָרט: "מאה-דעה", און עס אַרײַנגעשטעלט אין דעם "ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך" מיטן טײַטש the Establishment. אָבער קיין אויסכאַפּעניש איז אויף דעם וואָרט קיין מאָל ניט געווען, ווײַל, ערשטנס, איז עס ניט קיין טאָג-טעגלעכער באַגריף און, צווייטנס, האָבן, בכלל, נאָר געציילטע קינסטלעך-אויסגעאַרבעטע ווערטער דאָס מזל פֿון פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין דער שפּראַך. צוויי גרויסע, סופּער־געשעענישן האָט די וואָך איבערגעלעבט אַמעריקע: דעם "סופּערבאָל" און דעם "סופּערדינסטיק". אויב דער ערשטער "סופּער" איז פֿאַרבונדן מיט ספּאָרט, איז דער צווייטער "סופּער" געקניפּט און געבונדן מיטן רעזולטאַט פֿונעם אָנגייענדיקן קאַנדידאַטן־געיעג צו די פּרעזידענטישע וואַלן. אָבער אַמעריקע איז אַזאַ לאַנד, וווּ פּאָליטיק און ספּאָרט קאָנען גיין האַנט בײַ האַנט (אָדער פֿוס בײַ פֿוס) און דערהויבן ווערן אין די אויגן פֿונעם פֿאָלק צו איין מדריגה, ווײַל סײַ ספּאָרט און סײַ פּאָליטיק שטעקן אָן מיט אַזאַ אַזאַרט, אַז מע פֿאַרגעסט אַ געוויסע צײַט אין אַלע צרות, וואָס אויך אין אַמעריקע פֿעלן זיי נישט אויס. דאָס וואַרטן אויפֿן באַשלוס פֿון דער אַזוי גערופֿענער ווינאָגראַד־קאָמיסיע האָט דערמאָנט אַ וואָדעוויל־פֿאָרשטעלונג, וווּ דער בר־מינן איז נאָך נישט באַגראָבן, אָבער די קרובֿים שלאָגן זיך שוין איבערן האָב־און־גוטס. ווי איר פֿאַרשטייט שוין, שפּילט אין דעם איצטיקן ישׂראל־וואָדעוויל די הויפּט־ראָלע, איר פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט. עס קאָכט אויף דער אַמעריקאַנער בערזע, און דאָס מאכל צעטראָגט דעם גערוך איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס מאַכל הייסט, רעצעסיע, און דער גערוך האָט פֿאַרטשאַדעט אַלע מערק — פֿון טאָקיִאָ ביז פֿראַנקפֿורט און תּל־אָבֿיבֿ. דער עקאָנאָמישער קריזיס, וואָס איז באַפֿאַלן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ווידער באַוויזן, אַז סײַ אייראָפּע און סײַ דער אַזיאַטישער קאָנטינענט זײַנען, ווי פֿריִער, מיט אַמעריקע געקניפּט און געבונדן. בײַ נאַכט, פֿון 12טן אויפֿן 13טן יאַנואַר 1948, איז אין דער שטאָט מינסק, ווײַסרוסלאַנד, דערמאָרדעט געוואָרן שלמה מיכאָעלס. אין יענע ווײַטע קאַלטע טעג, מיט 60 יאָר צוריק, האָט מען בפֿירוש נישט געדאַרפֿט צוגעבן און אָנרופֿן די אַלע טיטלען, באַלוינונגען און פֿאַרדינסטן פֿון דעם סאָוועטישן בירגער שלמה מיכאָעלס, וואָס די קאָמוניסטישע מאַכט האָט אים צוגעטיילט — מע זאָל וויסן ווער דער דאָזיקער ייִד איז. |
|














קהילה־לעבן