ישׂראל, געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עטלעכע מחשבֿות 
און אײַנדרוקן

ניטאָ אין דער גאָרער ייִדישער וועלט אַזאַ שטאָט, וווּ מען פֿילט זיך אין די איצטיקע טעג אַזוי טיף־עמאָציאָנעל, ווי אין ירושלים. גענוג בלויז צו הערן, דאָס קול פֿונעם שמשׂ אין די נאָך־פֿינצטערע שעהען פֿון דעם פֿרימאָרגן: "ייִדן שטייט אויף צו סליחות!" און דעם הילכיקן קלאַנג פֿון דעם שופֿר, וואָס זאָגט אָן, אַז ייִדן זאָלן אָנהייבן "זיך מכין צו זײַן" צו די טעג פֿון יום־הדין און חשבון־הנפֿש, וואָס רירן און וועקן אויף אַ ציטעריקע סטרונע טיף אין האַרצן.

ישׂראל, געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז שוין אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע אין אונדזער מדינה, אַז ווען עס דערנענטערט זיך צו זײַן סוף דער הייסער אויגוסט־חודש, און דער קאַלענדאַר זאָגט אָן דעם אָנקום פֿון דעם 1טן טאָג פֿון סעפּטעמבער, הייבן זיך אָן אומעטום די פֿיבערדיקע און פֿלײַסיקע הכנות צו דעם נײַעם לערן־יאָר. די געשעפֿטן ווערן באַלאַגערט מיט משפּחות און קינדער, וואָס קויפֿן אײַן די לערנביכער, העפֿטן און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן און צודאַטן פֿאַר די נאָענטע לימודים אין קלאַס און אין דער היים.

ישׂראל, געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז אין דעם "טיוב", ווי די לאָנדאָנער תּושבֿים רופֿן זייער אונטערבאַן, האָב איך זיך ניט אַראָפּגעלאָזט אין משך פֿון עטלעכע יאָר. געוויינטלעך קום איך קיין לאָנדאָן מיט אַן אויטאָ, צו די קינדער. אַן אויטאָבוס האָט פֿון מאָל צו מאָל געלייזט מײַנע פּראָבלעמען פֿון פֿאָרן ערגעץ אין צענטער, וווּ ס׳איז משוגע טײַער איבערצולאָזן אַן אויטאָ. אָבער דעם זומער האָב איך אַ פּאָר מאָל יאָ גענוצט דעם "טיוב" און האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז די דאָזיקע אַלטע טראַנספּאָרט-נעץ איז ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿון דער ניו-יאָרקער אונטערבאַן.

געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳האָב אַמאָל געקענט אַ חבֿרה־מאַנטע, וועלכע איז כּסדר אַרומגעלאָפֿן איבער בויבעריק, אַן אַמאָליקע ייִדישע זומער־קאָלאָניע אין פּאָקיפּסי, ניו־יאָרק, און געשריגן:

"געוואַלד ייִדן! כ׳האָב פֿאַרלוירן מײַן שמואל ב׳, אפֿשר האָט עמעצער געזען מײַן שמואל ב׳?"

פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ פֿון די בויבעריקאַנער האָבן נישט געהאַט די מינדסטע אַנונג וואָס דאָ קומט פֿאָר און וואָס די גרויסע רביצין האַקט אַ טשײַניק. האָט איינע זי אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט:

געזעלשאַפֿט
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס לערניאָר 2008—2009 האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. איבער אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער און עלעמענטאַרע שולן, איבער זעקס הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די מיטלשולן אין לאַנד, זענען איצט פֿרײַ פֿון זייער לערניאָר, ביז דעם 1טן סעפּטעמבער — גאַנצע צוויי חדשים פֿון חופֿש־הגדול, פֿון די זומער־וואַקאַציעס. די הייסע זומערטעג זענען אין פֿולן ברען. טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און דערוואַקסענע פֿאַרברענגען אויף די פּלאַזשעס — די ים־ברעגן פֿון לאַנד, די ייִנגערע און די פֿאַרשיידענע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די מוניציפּאַליטעטן, אָדער פּריוואַטע אונטערנעמער.

געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איר געדענקט, אַ פּנים, ווי אין דעם פֿילם Moonstruck (וואָס איך האָב ליב און נעם אויף ווי, אין תּוך אַרײַן, אַ ייִדישע געשיכטע מיט איטאַליענישע פּערסאָנאַזשן) זאָגט צום סוף דער פֿאַרוויינטער עלטערער קאַסטאָריני: I am confused, "איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט" — דער זקן האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, מיט וועמען זײַן אייניקל גייט חתונה האָבן. אַזוי האָבן לעצטנס געהאַלטן בײַם פֿאַרפּלאָנטערן זיך די בריטישע ריכטער.

געזעלשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר דוכט זיך, "גלאָבאַליזירונג" האַלט לעצטנס אין ווערן אַ שלאָגוואָרט אויף דער ליבעראַלער ייִדישער גאַס. ווי ריצנאייל בײַ אַן אַמאָליקן רופֿא, איז "גלאָבאַליזירונג" כּלומרשט אַ רפֿואה, וואָס היילט אָדער קלערט אויף אַלע ווייטיקן און קרענק. אויף אָט דעם טערמין טרעפֿט מען זיך אָן בײַם באַוווּנדערן דעם שנעלן פֿאַרשפּרייט פֿון נײַע מאָדעס, נײַע מינים קונסט, אַ נײַעם מין "פֿלו", שפּײַזן און אַמוזירונגען וואָס זענען קראַנט איבער דער לענג און דער ברייט פֿון דער אינדוסטריעלער וועלט. און וואָס ניט? פֿון וואַנען נעמען זיך די אַלע פֿינאַנציעלע דאגות און אומגליקן איבער דער גאָרער וועלט?

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען ניט זײַן הונדערט פּראָצענט זיכער, צי דאָס וואָרט "וואָקזאַל" שטאַמט באמת פֿון דעם ענגלישן Vauxhall, אָבער אַזוי קלינגט איינע פֿון די ווערסיעס, דהײַנו: אַז אין רוסיש איז דאָס וואָרט אַרײַנגעפֿאַלן פֿון דעם נאָמען, מיט וועלכן ס׳איז פֿאַרבונדן אין לאָנדאָן אי די געשיכטע פֿון אַ גרויסן פּאַרק אי די געשיכטע פֿון איינער פֿון די עלטסטע אײַזנבאַן-סטאַנציעס. אין דער רוסישער ליטעראַטור (למשל, בײַ אַלעקסאַנדר פּושקינען) ווערט דאָס וואָרט "וואָקזאַל" (צי "וואָקסאַל") גענוצט אויך פֿאַר די ערטער, וווּ די סמעטענע פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט זיך פֿאַרווײַלט.

געזעלשאַפֿט
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַזוך פֿון פּויפּסט בענעדיקטוס דעם 16טן אין ישׂראל פֿון 11טן ביזן 15טן מײַ איז געווען באַגלייט מיט אַ סך קריטיק און פּאָלעמיק אַרום זײַן פּערזענלעכקייט. בענעדיקטוס דער 16טער איז איינער פֿון די אַממערסטן קאָנסערוואַטיווע פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך. ער איז קעגן אַבאָרטן, קעגן די האָמאָסעקסועלע און בכלל קעגן דער גלײַך־באַרעכטיקונג פֿון פֿרויען. אָבער נישט די דאָזיקע אָנשויונגען האָבן אַרויסגערופֿן פֿאַרשיידענע דעבאַטן אַרום זײַן באַזוך.

געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין לעצטנס אַוועק הערן אַ לעקציע וועגן דעם קאַמף פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַר דער סאָוועטיש-ייִדישער עמיגראַציע. דעם לעקטאָרס בוך האָב איך געהאַט געלייענט און גענוצט בײַם צוגרייטן מײַנע קלאַסן, אַזוי אַז מיך האָט לחלוטין ניט געחידושט דער הויכער ניוואָ פֿון דער פּרעזענטאַציע. געחידושט האָט מיך די נישטיקע צאָל מענטשן, וואָס זײַנען געקומען אים הערן; עטלעכע גראַדויִר-סטודענטן און יונגע געלערנטע, ווי אויך אַ פּאָר געוועזענע אַקטיוויסטן פֿון דער באַוועגונג פֿאַר עמיגראַציע. און שוין. אַ סימן, אַז דער ענין איז שוין אויסגעשעפּט געוואָרן און איז אַריבער אין דער קאַטעגאָריע פֿון אַ מסורה.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען איצט הערן צוויי גאָר קעגנזעצלעכע מיינונגען מכּוח דער מעגלעכער השפּעה פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס אויף דער מיגראַציע אין און פֿון ישׂראל. אייניקע עקספּערטן זײַנען זיכער, אַז די צאָל עולים וועט הײַיאָר אויסוואַקסן אַ דאַנק דעם, וואָס אַ סך גלות-ייִדן וועלן פּרוּוון אויף אַזאַ אופֿן לייזן זייערע עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּראָבלעמען. די אַנדערע, אָבער, האַלטן, אַז דער קריזיס וועט, דער עיקר, ברענגען צוריק, קיין ישׂראל, אַ געוויסע צאָל ישׂראלים, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַרבעט מחוץ-לאָרץ.