User loginSearch |
צו דער צײַט, ווען די צײַטונג מיט אָט דעם אַרטיקל וועט אַרויסגיין, וועלן מיר שוין וויסן וועגן סך-הכּלען פֿון די וואַלן אין ישׂראל. ס׳איז קלאָר, אַז אַ ממשותדיקע השפּעה וועלן אויף די רעזולטאַטן האָבן די אַזוי-גערופֿענע "רוסישע" שטימען. און אויף דעם טאַקע וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן. די עזה-מלחמה האָט זייער ברייטע אימפּליקאַציעס אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ישׂראלדיקן לעבן, אַרײַנגערעכנט, פֿאַרשטייט זיך, די עקאָנאָמישע אַספּעקטן. אַ שטייגער, ס'איז אַן ערנסטער קלאַפּ פֿאַר טוריזם, וואָס גיט פּרנסה פֿאַר צענדליקער טויזנטער ישׂראלים און איז אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַרן בודזשעט. מע דאַרף ניט זײַן זייער באַהאַוונט אין עקאָנאָמיע און פּאָליטיק, כּדי פֿאָרויסזען אַ ממשותדיקן באַרג-אַראָפּ אין דעם דאָזיקן סעקטאָר. איך האָב לעצטנס געלייענט אַן אינטערוויו מיט איינעם פֿון די ראָטשילדס, מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין אויגוסט חודש, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז כ'געהער, לאָזט זיך אויס, צו דער קאַטעגאָריע פֿון "גלאָבאַלע ייִדן". אַזוי האָט געטענהט דער דענווערער פּראָפֿעסאָר דוד שניר אין זײַן אַרטיקל פֿאַרן לאָנדאָנער "דזשויִש קראָניקל" (זען www.thejc.com/articles/we-are-all-global-jews-now) און אין זײַן נײַ בוך, וואָס מיר איז דערווײַל ניט אויסגעקומען צו לייענען. די אידעע איז, ווי איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס'איז שוין געקומען די צײַט אויפֿצוהערן צו נוצן דעם באַגריף פֿון "גלות", ווײַל עס טראָגט אין זיך עפּעס אַ באַציִונג צו ישׂראל.
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, בעת די אַמעריקאַנער ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט אויפֿן סאָציאָ־עקאָנאָמישן לייטער, האָבן אַ סך פֿון זיי פֿאַרלאָזט דעם פֿרומען לעבן־שטייגער. צום טייל, איז עס געווען ווײַל ס׳רובֿ שטעלעס האָבן געפֿאָדערט צו אַרבעטן שבת; צום טייל — ווײַל די אימיגראַנטן און זייערע קינדער האָבן געוואָלט זיך אַרײַנפּאַסן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און זיי האָבן מורא געהאַט, אַז צו היטן כּשרות, שבת און טהרת־המשפּחה וואָלט פּשוט אויסגעזען "צו ייִדישלעך", אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז די גאַליציאַנער שטאָט, וועגן וועלכער די רייד וועט גיין ווײַטער, באַקאַנט געוויינטלעך ווי סטאַניסלאַוו. דעם איצטיקן נאָמען איוואַנאָ-פֿראַנקאָווסק, צי איוואַנאָ-פֿראַנקיווסק אויף אוקראַיִניש, האָט די שטאָט באַקומען נאָר אין 1962 — זינט דעמאָלט טראָגט עס דעם נאָמען פֿונעם גרויסן אוקראַיִנישן שרײַבער איוואַן פֿראַנקאָ (וואָס האָט, אַגבֿ, געקענט ייִדיש און זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר).
מיר זײַנען שוין אין יאָר 2009 און מען וועט זיך ניט אַרומזען, ווי ס'וועט ווערן 20 יאָר, ווי מען איז אין לאַנד. קוקט זיך דער מענטש אַלץ אָפֿטער אום אויף דעם מהלך פֿון צײַט, וועלכן ער האָט דאָ דורכגעמאַכט און שפּינט זײַן חשבון־הנפֿש. דער אָנהייב... ווען אין מינוטן פֿון שאַרפֿער נאָסטאַלגיע נאָך דער נאַטור פֿון מײַן געוועזענעם היימלאַנד ליטע פֿלעגט זיך מיר ביז ווייטיק וועלן דורכגיין איבערן גרינעם טעפּעך —
אײַנדרוקן פֿון קאָנפֿערענץ אין "יד־ושם" אין די טעג פֿון 8טן ביזן 11טן דעצעמבער 2008, צום אָפּשלוס פֿון 60 יאָר פֿון דער מדינה, איז אין "יד־ושם" אין ירושלים, אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון פֿאָרשער אד"ט "השואה, הניצולים ומדינת־ישׂראל" — דער חורבן, די געראַטעוועטע און מדינת־ישׂראל.
עס איז ניט קיין סוד, אַז די ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע שרײַבן אויף ייִדיש און די, וואָס שרײַבן בלע״ז "הויזן" צווישן זיך ניט איבעריקס גוט. יעקבֿ גלאַטשטיין האָט באַשריבן דעם חילוק צווישן "אונדז" און "זיי" קורץ און שאַרף׃ "מיר מוזן זיי געדענקען; זיי אונדז — נישט". לויט דער ייִדישיסטישער לאָגיק, איז וואָס ווײַטער פֿון ייִדיש (צומאָל איז מען כּולל העברעיִש אויך), אַלץ ווײַטער פֿון ייִדישקייט. דזשוליאַן לעווינסאָן הייבט אָן זײַן שטודיע פֿון דער אַמעריקאַניש־ייִדישער קולטור מיט דער קריטיק פֿון דעם באַגריף פֿון עצם־ייִדישקייט אין דער ייִדישער קולטור.
די דאַטע פֿון דעם 9טן נאָוועמבער 1938 איז טיף אײַנגעקריצט אין דעם זכּרון פֿון ייִדישן פֿאָלק. דער אויסבראָך פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען אויף די ייִדן אין דײַטשלאַנד איז באַקאַנט ווי די "קרישטאָלנאַכט", צוליב די מאַסן שפּליטערס פֿון צעבראָכענע וויטרינעס פֿון די פֿענצטער פֿון די געשעפֿטן, און פֿון די זשיראַנדאָלן און קאַנדעלאַבערס פֿון בתּי־כּנסת, וואָס האָבן באַדעקט אין יענער נאַכט די גאַסן און געסלעך פֿון די ייִדישע קהילות אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך,
דער באַקאַנטער שרײַבער, געזעלשאַפֿטלעכער טוער, געווינער פֿונעם נאָבעל־פּרײַז פֿאַר שלום אלי וויזעל איז ממשיך אויך ווײַטער, נישט געקוקט אויף זײַן עלטער, צו פֿירן זײַן פּעדאַגאָגישע און וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אינעם באָסטאָנער אוניווערסיטעט, ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עטיק און רעליגיע. דווקא דאָרט, אין דעם חשובֿן אַקאַדעמישן לערן־אַנשטאַלט, איז פֿאָרגעקומען די דרײַטאָגיקע וויסנשאַפֿטלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד דעם 80־יאָריקן יוביליי פֿון אלי וויזעל. דער איצטיקער עקאָנאָמישער קריזיס קען אַרײַנטראָגן היפּשע ענדערונגען אויך אין דער פּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון דער געוועזענער אייראָפּעיִשער קאָמוניסטישער וועלט, און קיינער ווייסט ניט, וואָס פֿון דעם אַלץ וועט זיך באַקומען. רוסלאַנד בלײַבט אַ מעכטיקער פֿאַקטאָר אין דער גאַנצער מעשׂה. ניט געקוקט אויפֿן פֿאַרלירן לעצטנס צענדליקער ביליאָנען דאָלאַרן בײַ די פֿאַלנדיקע פּרײַזן פֿון נאַפֿט און אויף דעם פֿינאַנציעלן קריזיס גופֿא, זיצט נאָך אַלץ מעדוועדיעוו-פּוטינס רעזשים אויף ריזיקע געלט-זאַפּאַסן, אַקומולירטע אין די גוטע יאָרן. אין אַ געוויסן זין, האָב איך לעצטנס ניט שלעכט אָפּגעשניטן. די רייד גייט וועגן דעם, אַז מיר האָבן מיט עטלעכע חדשים צוריק געקויפֿט אַ נײַ הויז און האָבן, צוליב דעם, געמוזט אויסרייניקן אַלע אונדזערע זאַפּאַסן, סײַ אין מזומן, סײַ אין פֿינאַנציעלע פֿאָנדן. לעבן מיר איצט ניט אין עגמת־נפֿש צוליב די קאָנטעס אין דער באַנק און וועגן די אַקציעס. דערצו האָט מען אַנומלטן גענידעריקט דעם פּראָצענט אויף דער הלוואה — צאָלן מיר ווייניקער. הקיצור, געהער איך, אַ פּנים, צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וואָס לייענען וועגן די פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, אָבער פֿילן זיי ניט. |
|




















קהילה־לעבן