User loginSearch |
פֿאָרווערטס׃ דאָס בוך "ייִדישלענדער" האָט צוויי פֿאַרשיידענע פּערזאָנען פֿונעם דערציילער. איינער איז אַ קינד, אַ ייִנגל, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט און פֿאַרכּישופֿט דורך דער געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען און דורך דעם בילד פֿונעם אַמאָליקן לעבן, וואָס זי פֿאַרקערפּערט און אַנטפּלעקט פֿאַר אים. און דערנאָך באַווײַזט זיך דער צווייטער העלד, אַן עלטערער בחור, וועלכער וויל זיך באַפֿרײַען פֿון איר כּישוף. זײַן באַגער צו ווערן אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַמעס השפּעה ווערט וואָס ווײַטער אַלץ שטאַרקער. ער פֿאָרט קיין ישׂראל, דערנאָך קומט צוריק קיין אַמעריקע און ווערט אַ מיטגליד אין "חבֿורת שלום", און דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט זײַנע זוכענישן אויפֿן אייגענעם וועג.
דער אונגעריש־ייִדישער שרײַבער, פּאָעט, און רעדאַקטער פֿונעם חודשלעכן זשורנאַל "סאָמבאַט", גאַבאָר ט. סאַנטאָ, איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט אין 1966. נאָך זײַן ראָמאַן "מיזרחדיקע וואָקזאַל, לעצטע סטאַנציע", 2002, וועגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים, האָט ער געדרוקט אַ באַנד דערציילונגען "אונטערן קוועטש פֿון ליידיקע שטיוול", 2004, אין וועלכן ער באַשרײַבט דעם ייִדישן גורל נאָכן חורבן אין אונגערן. דאָס בוך האָט מען איבערגעזעצט אויך אויף רוסיש. אין אַ קאַפֿע אין בודאַפּעשט האָבן מיר געהאַט אַ געלעגנהייט צו שמועסן. "סאָמבאַט" איז אַ וויכטיק אומאָפּהענגיק קול פֿון דער ייִדישער קהילה אין דער שטאָט.
די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אינעם 60סטן יאָרטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. — אינטערוויו מיטן ראַבײַ ענדראָ סאַקס, ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרווערטס" די קאָנסערוואַטיווע, גלײַך ווי די רעפֿאָרמער, זענען אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע רעליגיעזע באַוועגונג, וואָס איז טעטיק אין ישׂראל זינט צענדליקער יאָרן. מען קאָן זאָגן וועגן די קאָנסערוואַטיווע, אַז זיי געפֿינען זיך צווישן דער אָרטאָדאָקסיע און רעפֿאָרעם, ווײַל זיי שטיצן אונטער די הלכה און ייִדישע טראַדיציעס.
אינטערוויו מיט "בני־עקיבֿא", "עזרא" און "אַריאל" "רבי עקיבֿא איז געווען און געבליבן ווי אַ סימבאָל פֿאַר דער יוגנט, סײַ אין ישׂראל, סײַ אין דער וועלט, מחמת זײַן מסירות־נפֿש פֿאַר תּורת־ישׂראל און קאַמף פֿאַר ייִדישער זעלבשטענדיקייט". אַזוי האָט אונדז געזאָגט זאבֿ שוואַרץ, גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער אַלוועלטלעכער "בני־עקיבֿא"־אָרגאַניזאַציע, בעתן אינטערוויו אין "בית־מאיר" אויף דער קינג דזשאָרדזש־גאַס אין ירושלים.
אינטערוויו מיט הרבֿ ירחמיאל ווײַס, דירעקטאָר פֿון דער “מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה. דעם אַרטיקל האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט צוגעשיקט אין רעדאַקציע עטלעכע טעג פֿאַר דעם, ווי אין דער ישיבה “מרכּז־הרבֿ" איז געשען די בלוטיקע שחיטה, וועגן וועלכער עס שרײַבט פֿון ירושלים מרדכי דוניץ. בעת אונדזער אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם רעליגיעזן לעבן אין ישׂראל, האָבן מיר נישט געקאָנט פֿעסטשטעלן גענוי וויפֿל ישיבֿות עס זענען בײַ אונדז פֿאַראַן. געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט — טויזנטער, נאָר מיר האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס שײַנט צו זײַן איבערגעטריבן.
ספּעציעלער שמועס פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מיטן רבֿ מאיר אַזרי פֿון דער "בית־דניאל־קהילה" דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען מאַסן ייִדן האָבן זיך געשמדט און רבנים זענען געווען מאַכטלאָז צו באַקעמפֿן אָט די דערשײַנונג. דעמאָלט זענען אויפֿגעקומען עטלעכע געלערנטע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו "מאָדערניזירן ייִדישקייט און צופּאַסן די מיצוות און מינהגים צו דער צײַט".
שלמה קרישטאָל איז אַ וועטעראַן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה אין ניו־יאָרק. לאַנגע יאָרן איז ער געווען אַקטיוו אין "בונד" און אין "קעמפּ המשך". הײַנט אַרבעט ער ווײַטער אין ייִוו״אָ און אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס". ווי מיר האָבן פֿריִער געשריבן אין "וועלט פֿון ייִדיש", האָט ער באַקומען אַ חשובֿע אויסצייכענונג פֿונעם ייִוו״אָ דעם פֿרילינג פֿאַר זײַן אַרבעט. אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז יודזשין אָרענשטיין, אַ פּראָפֿעסאָר אין מעקגיל־אוניווערסיטעט.
ווער זענען הײַנט די סטודענטן, וואָס קומען זיך לערנען ייִדישע געשיכטע? מיר האָבן פֿאַרשידענע סטודענטן אינעם מעקגיל־אוניווערסיטעט. ס׳איז דאָ זייער ערנסטע סטודענטן, וואָס האָבן בדעה צו ספּעציאַליזירן זיך אין דער ייִדישער געשיכטע און זיי ווילן ממשיך זײַן דאָס לערנען אויפֿן העכערן ניוואָ, מאַכן אַ מאַגיסטער אָדער אַ דאָקטאָראַט. |
|






















קהילה־לעבן