User loginSearch |
זינט עס איז אויפֿגעקומען די איצטיקע קאָאַליציע־רעגירונג פֿון בנימין נתניהו מיט אַן ערך צען חדשים צוריק, איז דער שלום־פֿאַרמעסט אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דעם הויכן שטאַפּל פֿון זײַן פֿאָרשריט צום סאַמע נידעריקסטן טיפֿפּונקט און איז געבליבן שטעקן אין זײַן טיפֿער אָפּהענטיקער אומבאַהאָלפֿנקייט — שיִער נישט אַזוי ווי אַריאל שרון אין זײַן באַוווּסטלאָזן לעטאַרגישן שלאָף: אַזוי ווי בעת נתניהוס פֿריִערדיקער ערשטער קאַדענץ מיט צען יאָר צוריק, איז אויך איצט מדינת־ישׂראל אַרײַן אין אַ תּקופֿה פֿון אַ "גאָלדענער איזאָלאַציע", צוליב דער פּאָליטישער אַנטיטעטיקייט און דעם עקשנותדיקן צוימען און פֿאַרהאַלטן דעם שטאַרק הינקענדיקן גאַנג צו שלום. איך בין ניט באַקאַנט מיט אַנאַטאָלי מוטשניק, וואָס איז אַ תּושבֿ פֿון דער באַרימטער אוקראיִנישער שטאָט פּאָלטאַווע. אָבער זײַן מאַנקאָליע זעט אויס זייער מאָדנע — איך וואָלט מורא געהאַט צו פֿירן געשעפֿטן מיט אַזאַ מענטש. שטעלט זיך פֿאָר: פּאַן מוטשניק האָט אַ מאה דיפּלאָמען, וואָס האָט אים באַזאָרגט מיט אַן אָרט אינעם גינעס-בוך פֿון רעקאָרדן. קיין געלערנטער איז ער, אייגנטלעך, ניט. צוריק גערעדט, קיין געלערנטער יאָגט זיך ניט נאָך צענדליקער דיפּלאָמען.
אַ באַשלוס פֿון מיט 62 יאָר צוריק עס איז גוט באַקאַנט די דערקלערונג פֿון אַבא אבֿן, דעם אויסערן־מיניסטער פֿון ישׂראל, אַז די אַראַבער פֿאַרזעען נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרזען אַ שלום מיט ישׂראל. איינע פֿון די בולטסטע געלעגנהייטן איז געווען מיט 62 יאָר צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, ווען די "יו־ען" האָט אָנגענומען דעם באַשלוס צו צעטיילן פּאַלעסטינע און שאַפֿן 2 מדינות: אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע.
אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן וויכּוח, וואָס גייט אָן אין די לעצטע יאָרן אַרום דעם אופֿן פֿון אָפּמערקן און פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון יצחק ראַבין, האָט זיך אַרײַנגעמישט דער שטורמישער וועטער, מיט וועלכן עס האָט זיך אָנגעהויבן דער ישׂראלדיקער ווינטער — און האָט אָפּגעלייגט אויף זיבן טעג די יערלעכע מאַסן־הזכּרה, וואָס איז געגרייט געוואָרן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת. דער 14טער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד איבער יצחק ראַבין איז אויסגעפֿאַלן הײַנטיקע וואָך אויפֿן 4טן נאָוועמבער און די אָנדענק־מאַניפֿעסטאַציע אויפֿן ראַבין־פּלאַץ אין תּל־אָבֿיבֿ איז געוואָרן אָפּגעלייגט, צוליבן וועטער, אויף דעם קומענדיקן שבת, דעם 7טן נאָוועמבער. מײַנע אייניקלעך האָבן אַן אוקראַיִנישע ניאַניע. בײַ זיך, אין מערבֿ-אוקראַיִנע, האָט זי געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿון רוסיש, כאָטש זי רעדט די שפּראַך מיט אַ היפּשן אַקצענט און שטעלט אַרײַן ניט ווייניק אוקראַיִנישע ווערטער. איך קען אוקראַיִניש גאַנץ גוט, אָבער אייניקע אירע ווערטער דערקען איך דווקא דורך ייִדיש. למשל, ווען זי זאָגט "נאַדאָלוזשיטי", ווייס איך, אַז דאָס מיינט דאָס זעלבע ווי דער ייִדישער ווערב "נאַדאָלוזשען" — "אָניאָגן", "דערגרייכן דאָס זעלבע מיט אַ צײַט שפּעטער". ווען די האַרמאַטן שיסן, שווײַגן — ווי מיר ווייסן — די מוזעס. ווען עס שווײַגן די האַרמאַטן, אַרבעט מעשׂים די פּאָליטיק. אָבער ווען זיי אַלע ווערן אַנטשוויגן — סײַ די האַרמאַטן, סײַ די מוזעס און סײַ אויך די פּאָליטיק — דעמאָלט צעווילדעוועט זיך בײַ אונדז דער ברוטאַלער כוליגאַניזם, וועלכער איז באַפֿרײַט פֿון אַלע העמונגען און פֿון אַלע מענטשלעכקייטן. ס׳איז שווער אין דעם צו גלייבן, אָבער די פֿאַקטן רעדן פֿאַר זיך: דעם 10טן אָקטאָבער האָבן אַרמעניע און טערקײַ אונטערגעשריבן אין דער שווייץ אַן אָפּמאַך וועגן אײַנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, עפֿענען זייערע גרענעצן און באַנײַען די מיטאַרבעט צווישן ביידע לענדער. אַ סך קאָמענטאַטאָרן האָבן שוין צוגעטשעפּעט צו דעם אָפּמאַך דעם נאָמען: "ציריכער פּראָטאָקאָלן" און דערקלערט, אַז אַזוי וועלן זיי שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. די פֿראַגע איז, צי וועלן זיי טאַקע בלײַבן אין דער געשיכטע? אין סעפּטעמבער 1993, מיט 16 יאָר צוריק, האָבן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זיך קעגנזײַטיק אָנערקענט. יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן זיך אויסגעטוישט מיט בריוו און געדריקט די הענט. דעם 13טן סעפּטעמבער איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" צווישן ישׂראל און דער פּל״אָ וועגן אויפֿשטעלן אַ פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקן רעזשים — אַן אויטאָנאָמיע אין יהודה, שומרון און עזה, ווי אַ צײַטווײַליקע אַדמיניסטראַציע אויף 5 יאָר — און אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען נאָך דרײַ יאָר וועגן אַ פּערמאַנענטער לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דעם 23סטן אויגוסט 1915 האָט די רוסישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿט "סאָציִאַל-דעמאָקראַט" פֿאַרעפֿנטלעכט וולאַדימיר לענינס אַרטיקל "וועגן דעם לאָזונג פֿון אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אייראָפּע". לענין האָט געטענהט, אַז דעם דאָזיקן רעאַקציאָנערן געדאַנק האָט מען געדאַרפֿט אָפּוואַרפֿן כּל-זמן קאַפּיטאַליזם האָט ניט אויפֿגעהערט צו הערשן אין אייראָפּע. אָבער אַפֿילו סטראַטעגיש האָט ער פֿאַר סאָציאַליסטן ניט געזען קיין זין אין אַזאַ פֿאַראייניקונג, מחמת דער ציל האָט דאָך געמוזט בלײַבן אַן אַנדערער — אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון דער גאָרער וועלט. מער פֿון אַ יאָר איז אַדורך זינט דער אויגוסט-מלחמה צווישן גרוזיע און רוסלאַנד, אַזוי אַז די וווּנדן זײַנען נאָך פֿריש פֿון ביידע זײַטן. און די באַשולדיקונגען אויך. ווער איז שולדיק? ווער האָט דעמאָלט אָנגעהויבן דעם מיליטערישן קאָנפֿליקט? ווי אַזוי האָט זיך עס אַנטוויקלט? אויף אָט די און אַנדערע פֿראַגעס פּרוּווט ענטפֿערן דער 1,100־זײַטיקער באַריכט, וועלכן עס האָט צוגעגרייט אַ קאָמיסיע פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. פֿאַר אַ ישׂראלדיקן זשורנאַליסט, וואָס שרײַבט אַ רעגולערן פּעריאָדישן קאָלום פֿאַר זײַן צײַטונג, איז אַ קורצווײַליקער אַרויספֿאָר קיין אויסלאַנד (אויב ער פֿאָרט נישט אין קיין אַמטלעכן שליחות) — ווי דו וואָלסט זיך אַרויסגעקראָגן פֿון אַ ראָיענדיקן בינשטאָק: עס עפֿנט זיך פֿאַר דיר די ברייטע וועלט, אָבער דו ווערסט אויף דער קורצער ווײַלע אָפּגעריסן פֿונעם לאַנד. דער פֿאַרגאַנגענער סעפּטעמבער-חודש איז געווען ממש אָנגעזעטיקט מיט געשעענישן אין אינטערנאַציאָנאַלן פּאָליטישן לעבן. ס׳איז גענוג זיך דערמאָנען וועגן דער גענעראַל-אַסאַמבלעע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, מיט צענדליקער פּרעזידענטן, פּרעמיער-מיניסטאָרן און מלכים קאָנצענטרירט אין איין אָרט, און די פּיטסבורגער צונויפֿקומעניש פֿון די פֿירער, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט די צוואַנציק פֿירנדיקע מדינות. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט בולט — און ווייטיקדיק — געוויזן, ווי ענג זײַנען אַלע פֿאַרבונדן. |
|
















קהילה־לעבן