פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער זונטיק-נומער פֿון דער "ניו-יאָרק טײַמס", וואָס איז אַרויס דעם 13טן סעפּטעמבער, האָט באַקאַנט זײַנע לייענער מיט דער אָרגאַניזאַציע, וועלכע הייסט J Street ("דזשיי-גאַס"). די רייד גייט וועגן אַ נײַ — אין גאַנצן איין יאָר אַלט — קול אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס; און דער נאָמען אַליין באַטאָנט די נײַקייט פֿונעם דאָזיקן קול: קיין "דזשיי-גאַס" עקזיסטירט ניט אין וואַשינגטאָן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּאָליטישער יאַריד אין ישׂראל האָט פֿאָריקע וואָך געקאָכט און געפֿיבערט מיט נתניהוס מיסטעריעזן פֿאַרשווינדן פֿון דעם סדר־היום אויפֿן לוח פון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע. אַלע פֿאַראינטערעסירטע — מ׳קען זאָגן, דאָס גאַנצע לאַנד, די זשורנאַליסטן און דער מלוכישער, פּאַרטיייִשער און דער געזעלשאַפֿטלעכער, יאַריד — אַלע האָבן יענעם טאָג זיך געבראָכן דעם קאָפּ און פּרובירט לייזן דאָס רעטעניש: וווּהין איז נעלם געוואָרן דער שיפֿס־קאַפּיטאַן פֿון דער מדינה, דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו? אויף גאַנצע פֿערצן שעה.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַראַיאָרן, אין נאָוועמבער, קורץ נאָך די פּרעזידענט־וואַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין פּאַריז. אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט האָט זיך ממש געוואָרפֿן אין די אויגן די צאָל פּאָרטרעטן פֿון באַראַק אָבאַמאַ — ער האָט פֿון אַלע זײַטן געקוקט אויף די פּאַריזער אײַנוווינער און, אַזעלכע ווי איך, פֿאַרבײַפֿאָרער. אין מײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט האָט זיך פֿון יענע טעג אָפּגעהיט אַ בילד, וואָס איך האָב געמאַכט שוין אויפֿן צפֿון-וואָקזאַל, Gare du Nord, פֿון וואַנען אַ באַן האָט מיך אַריבערגעפֿירט קיין לאָנדאָן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך שרײַב עס נאָך דעם דורכקוקן, מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון עטלעכע טעג, אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וואָס די רוסישע טעלעוויזיע האָט געוויזן דעם 31סטן אויגוסט. דער פֿילם הייסט "צי האָט סטאַלין געקענט אָפּשטעלן היטלערן?" דער ציל פֿון אָט דעם "ווערק", ווי אויך פֿון אַ סך פּובליקאַציעס אין רוסישע צײַטונגען, איז אַ קלאָרער, דהײַנו: ריינצוּוואַשן סטאַלינען און, בכלל, דעם סאָוועטישן רעזשים; צו ווײַזן, אַז סטאַלין האָט, נעבעך, פּשוט קיין ברירה ניט געהאַט ווי זיך צונויפֿרעדן מיט היטלערן. ער האָט באַשלאָסן עס צו טאָן, מחמת ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און פּוילן האָבן יאָר-אײַן יאָר-אויס געשפּילט אַ מיאוסע שפּיל פֿון פּרוּוון אָנרייצן דײַטשלאַנד קעגן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם גאַנצן קאָסמאָס, וואָס האָט זיך פֿאַר אונדז, ווייניקסטנס, קאָנצענטרירט אַרום דעם "פּלאַנעט אוישוויץ".

די פֿאָרמעלע געשיכטע ווערט געבויט אויף פֿאָרמעלע דאַטעס ווי זײַלן פֿון אַ פֿונדאַמענט, אויף וועלכן עס ווערט געבויט אַ בנין. עס איז אָבער אַ באַוווּסטע זאַך, אַז היסטאָרישע געשעענישן זענען, געוויינטלעך, אַ רעזולטאַט פֿון אָנגייענדיקע פּאָליטישע פּראָצעסן, פֿון אַנטוויקלונגען, וואָס פֿאַרוואַנדלען דעם געגעבענעם מאָמענט אין אַ מאָמענטום, און דינען ווי אַ סיבה פֿאַר אַ נײַער היסטאָרישער אַנטוויקלונג, ווי אַ נײַער רינג אין דער קייט וואָס רופֿט זיך געשיכטע.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאָנראַד אַדענאַוער מיט דוד און פּאָליאַ בן־גוריון אין שׂדה בוקר, מײַ 1966

עס איז זייער קלאָר, אַז ישׂראלס הויפּט־דאגה איז איראַן: ביז נישט לאַנג צוריק איז עס פֿאַרבונדן מיט די אַנטוויקלונגען אויף דעם איראַנישן נוקלעאַרן געביט. לעצטנס, זענען צוגעקומען די אַנטוויקלונגען פֿון איראַנס קאָסמאָס־פּראָגראַם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר פּרוּוו צו שיקן אַ סאַטעליט אינעם קאָסמאָס; אַ געביט, אין וועלכן עס זענען ביז איצט געווען נאָר 8 לענדער, ישׂראל צווישן זיי.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס מאַכט זיך צו מאָל אַזוי: אַ ייִשובֿ, וועגן וועלכן כּמעט קיינער האָט ניט געהערט, פֿאַרנעמט פּלוצעם אַן אָרט אין דער געשיכטע. אַזאַ זאַך איז לעצטנס געשען מיט דער רוסישער שטאָט פּיקאַליאָוואָ אין דער לענינגראַדער געגנט. (דאָס איז איינער פֿון די מאָדנע דערשײַנונגען אין דער איצטיקער רוסישער געאָגראַפֿיע: די שטאָט לענינגראַד רופֿט מען הײַנט — ווי אַ מאָל — פּעטערבורג, אָבער די געגנט אַרום דער שטאָט טראָגט נאָך אַלץ לענינס נאָמען.) ס׳רובֿ פֿון די בערך 22 טויזנט תּושבֿים פֿון פּיקאַליאָוואָ ציִען זייער חיונה פֿון דרײַ פֿאַבריקן, וואָס אַרבעטן אויס צעמענט און אַנדערע בוי-מאַטעריאַלן. האָבן די דאָזיקע פֿאַבריקן זיך אָפּגעשטעלט.

פּאָליטיק
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיליטער־פּאַראַד אין ברעסט נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּוילן. אויפֿן בילד שטייען אויך די צוויי 
מיליטער־פֿירער: דער דײַטשער גענעראַל האַנס גודעריאַן און דער סאָוועטישער גענעראַל סעמיאָן קריוואָשיין

מיט דרײַ חדשים צוריק האָט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע מיט אַן אומגעלומפּערטן נאָמען: "ניט דערלאָזן די פּרוּוון פֿון היסטאָרישע פֿאַלסיפֿיקאַציעס צו ברענגען שאָדן די אינטערעסן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע". די קריטיקער פֿון דעם איצטיקן רעזשים האָבן זיך גלײַך געכאַפּט, אַז דער ציל פֿון דער קאָמיסיע איז ניט אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿון כּל־מיני פֿאַלסיפֿיקאַציעס,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר זײַנען שוין געוווינט, אַז אין די שלאַבערדיקע הייסע זומער־חדשים, ווען די פּאָליטיק (אויב עס ברעכט נישט אויס קיין מלחמה) געפֿינט זיך לרובֿ אויף "וואַקעישן" — באַלעוועט געוויינטלעך די געזעלשאַפֿטלעכע הפֿקרות. זי איז אָבער זעלטן ווען געווען אַזוי אינטענסיוו און האָט זעלטן ווען דערגרייכט אַזאַ "הויכע" מדרגה, ווי אין די איצטיקע טעג, אין וועלכע עס ווילדעוועט דער ברוטאַלער כוליגאַניזם אינעם ייִדישן לאַנד. און דאָס געשעט איצט, ווען די רעגירונג פֿון ישׂראל פֿאַרלאַנגט פֿון די פּאַלעסטינער און פֿון די אָראַבישע שכנים זיי זאָלן אָנערקענען דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון מדינת־ישׂראל, ווי אַן אולטימאַטיוון באַדינג צום באַנײַען מיט זיי די פּאָליטישע געשפּרעכן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יאָ, גאָט האָט טאַקע באַשאַפֿן דעם מענטש אין זײַן געשטאַלט, אָבער אין אָן אַ שיעור וואַריאַנטן, אין אָן אַ שיעור קאַטעגאָריעס איינע אַנדערש פֿון דער אַנדערער. און זינט די שלאַנג האָט זיך באַוויזן און האָט אָנגעשטעקט דעם צניעותדיקן זיווג מיטן ביטערן סם פֿון זיסן גלוסט און לײַדנשאַפֿט, האָבן אדם און חוה זיך געזיווּגט זינט זיי זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן אויף זייער אייביקן גלות. זייערע קינדער און קינדס־קינדער האָבן זיך געמערט און געכּפֿלט — און דער מין מענטש איז געוואָרן אַ מענטשהייט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער איטאַליענישער פּרעמיער-מיניסטער סילוויאָ בערלוסקאָני האָט פֿעסט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם הויפּט-קלאַון אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. מע דרוקט שוין די טעקסטן פֿון זײַנע שמועסן מיט איינער פֿון די פֿרויען, וועלכע האָבן מיט אים (כּלומרשט) פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין זײַן בעט — אַ מתּנה (כּלומרשט) פֿון וולאַדימיר פּוטין. די לאָנדאָנער "טײַמס" האָט געעצהט די סאַמע מושפּעדיקע לייענער פֿון אָט די שפּאַנענדיקע טראַנסקריפּטן זיי זאָלן ניט גיין ווײַטער פֿון דעם סאַמע אָנהייב, ווען דער גאַסטגעבער (פֿאָרט אַ זײַדענע נשמה!)

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ זשורנאַליסט, ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען, איז פֿון אַ סך שטאַנדפּונקטן געגליכן צו אַ דאָקטער: וואָס זײַן פּערזענלעכער וועלט־באַנעם זאָל נישט זײַן, איז ער פֿריִער פֿון אַלץ פֿאַרפֿליכטעט צום אמת. אַזוי ווי אַ דאָקטער, וואָס איז געבונדן צו זײַן אַזוי־גערופֿענער היפּאָקראַטעס־שבֿועה, וועלכע פֿאַרפֿליכטעט אים צו באַהאַנדלען אויפֿן זעלבן אופֿן יעדן קראַנקן אָדער פֿאַרוווּנדעטן, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן פּערזענלעכן שײַכות צו אים — אַזוי איז אויך דער זשורנאַליסט פֿאַרפֿליכטעט לגבי די פֿאַקטן, אויף וועלכע ער פֿאַררופֿט זיך, און צו דעם "אָביעקטיוון אמת", אויף וועלכן ער באַזירט זײַן באַשרײַבונג.