פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער גורל האָט געגעבן רוסלאַנד אַ שיין ביסל מינעראַל-רעסורסן. דאָס העלפֿט גוואַלדיק דער מלוכה אָנצוהאַלטן איר שווער-זשיפּענדיקע עקאָנאָמיע אין אַ מצבֿ, ווען זייער אַ קליינער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג לעבט אַ טאָג, און די איבעריקע באַקומען אויך קרישקעס פֿון דעם פֿעטן פּיראָג, וואָס ווערט אויסגעבאַקן פֿון אַזעלכע אינגרעדיענטן ווי נאַפֿט און גאַז. איז, דאַכט זיך, גוט!

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז אָנגענומען אין דער דעמאָקראַטישער וועלט, אַז יעדע נײַע רעגירונג געניסט פֿון אירע "ערשטע הונדערט טעג פֿון חסד" בײַ דער "מעדיאַ" — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּובליציסטיק, און בײַ דער "עפֿנטלעכער מיינונג", וועמען די פּובליציסטיק באַדינט. בײַ אונדז איז דאָס געוואָרן סײַ אַ מיטאָס און סײַ אַ ריטואַל. די ערשטע הונדערט טעג זענען די טעג פֿון דעם עפנטלעכן עקזאַמען, וועלכן די רעגירונג דאַרף אַדורכמאַכן, כּדי צו באַקומען דעם "הכשר" פֿון איר עפֿעקטיווקייט און אויסטויגעוודיקייט — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק — אין איר פֿאַרמעסט מיט די לויערנדיקע געפֿאַרן פֿון דער ווירקלעכקייט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס בערעזאָווסקין האָב איך "לעבעדיקערהייט" געזען בלויז איין מאָל, מיט אַ יאָר זיבן צוריק, ווען מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד. יענע דערפֿאַרונג האָט, אין מײַנע אויגן, געוואָרפֿן אַזאַ אומחן אויף אים, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג רופֿט ער אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. בערעזאָווסקי האָט אויף זיך אַרויפֿגעצויגן די מאַסקע פֿון אַ דיסידענט, אַ קעמפֿער פֿאַר דעמאָקראַטיע, אָבער בײַ מיר — טוט מיט מיר וואָס איר ווילט — האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז זײַן הויפּט-ציל איז נקמה.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס מ׳האָט באמת נישט ליב אין פֿראַנקרײַך, איז נאָכצומאַכן די אַמעריקאַנער! נעמט, למשל, דעם פּרעזידענט סאַרקאָזי. באַשליסנדיק זיך צו ווענדן צו זײַן פֿאָלק, האָט ער נישט נאָכגעמאַכט דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, דאָס הייסט, נישט אויפֿגעטראָטן אין עפּעס אַן אוניווערסיטעט מיט אַ פּאָליטישער דרשה, וואָס דאַרף ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס און יעדן געפֿעלן ווערן. דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָגראַם־רעדע דעם עליזעי־פּאַלאַץ גופֿא (זײַן אייגענע רעזידענץ),

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין מאָסקווער ייִדישן לעבן האָט די געגנט "טשערקיזאָוואָ" אַ מאָל געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע. דאָרטן, אין די דאָרפֿישע שטיבלעך, גאַנץ ווײַט פֿון צענטער שטאָט, האָבן זיך אין די 1920ער יאָרן באַזעצט טויזנטער ייִדישע מיגראַנטן, דער עיקר, פֿון אוקראַיִנע. דאָרטן האָט זיך אַפֿילו באַוויזן אַן אייגענע הילצערנע שיל, וואָס איז צופֿעליק, צי ניט צופֿעליק, פֿאַרברענט געוואָרן — אויב איך פּלאָנטער ניט, אין די 1960ער יאָרן. שפּעטער, זיכער ביז די מיט-1980ער, איז אין דער מאָסקווער קאָרשיל געווען אַ באַזונדערער טשערקיזאָווער מנין.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָנהייב יוני האָט דער פֿעדעראַלער מיניסטער, מאַריאַ ביאָכנער, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער פֿראַגע פֿון אינטעגרירן די אימיגראַנטן אין לאַנד, צוגעשטעלט איר באַריכט וועגן דעם מצבֿ פֿון די נײַע בירגער, געקומען פֿון פֿאַרשידענע לענדער. דער דאָזיקער באַריכט איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט גרויס אינטערעס; און ס‘איז נאַטירלעך, ווײַל אין אַ לאַנד, מיט אַן אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג פֿון 82 מיליאָן מענטשן, זײַנען 15 מיליאָן אימיגראַנטן. נאָך מער: די צאָל אימיגראַנטן האַלט אין איין וואַקסן.

פּאָליטיק
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַר נאַכט, דעם 5טן יוני, האָבן די טעלעוויזיע דיקטערס, נאָכמאַכנדיק דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכער איז אַנומלטן אויפֿגעטראָטן אין קאַיִר, באַגריסט זייערע צושויער מיט די ווערטער: "סאַלאַם אַלייקום!". פֿון איין זײַט איז עס געווען אַן אָנערקענונג צום אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס ער האָט פֿאַרדינט צווישן די דײַטשישע בירגער, בדרך־כּלל — צווישן פֿרויען, און פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זיך אין דעם געפֿילט אַ געוויסער חלק איראָניע.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ באַגעגעניש צווישן צוויי מלוכישע מנהיגים "אונטער פֿיר אויגן" איז געוויינטלעך אַ טראַדיציאָנעלער פּאָליטישער ריטואַל, וועלכער ווערט, פֿאָרמעל, נישט פּראָטאָקאָלירט, און אויף וויפֿל די צדדים זענען אין דעם פֿאַראינטערעסירט, בלײַבט זײַן אינהאַלט אַן אייביקער סוד; טאַמער איז אָבער איינער פֿון זיי "נישט געוווינט" צו האַלטן וואָרט, קען עס אויך ווערן אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישע כּוונות.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען עס האָט זיך ווידער פֿאַרקאָכט דער גאַנצער ענין מיט אַרויסשיקן איוואַן דעמיאַניוק, האָב איך תּחילת ניט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס דײַטשלאַנד האָט זיך אַזוי הייס אָפּגערופֿן און האָט מסכּים געווען אים צו מישפּטן. גלײַך ווי זיי האָבן ווייניק אייגענע — דײַטשישע — געוועזענע נאַציסטן. פֿאָרמעל קלינגט די סיבה אַזוי: דעמיאַניוק, וועמען מע באַשולדיקט אין דינען ווי אַ מערדער פֿון טויזנטער ייִדן, האָט נאָך דער מלחמה אין משך פֿון זעקס יאָר געוווינט און געאַרבעט אין דײַטשלאַנד.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב די טעג געהערט ווי אַ לאָנדאָנער געשעפֿטסמאַן האָט דערציילט וועגן זײַנע פֿרילינג-וואַקאַציעס אין יאָרדאַניע. קודם-כּל, האָט ער זיך געקלאָגט אויף דעם נידעריקן ניוואָ פֿון דעם האָטעל בײַם רויטן ים. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אים אַפֿילו אומגעקערט אַ היפּש ביסל געלט, ווײַל די רעאַלקייט האָט ניט אָפּגעשפּיגלט דעם פּירסום. מיר איז אויסגעקומען צו הערן אויך באַגײַסטערטע אָפּרופֿן מכּוח יאָרדאַניע, וווּ מע אַנטוויקלט די טוריסטישע אינדוסטריע.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט אַמאָל אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט געפֿרעגט זײַנעם אַן ענגלישן פּען־קאָלעגע, הלמאַי די ענגלענדער רעדן אַזוי פֿיל וועגן וועטער בײַ יעדער באַגעגעניש און בײַ יעדער געלעגנהייט — און זיי טוען גאָרנישט כּדי דאָס וועטער צו ענדערן? האָט אים דערויף דער ענגלישער זשורנאַליסט געענטפֿערט — און גראָד לויטן ייִדישן שטייגער — מיט אַ פֿראַגע אויף אַ פֿראַגע: און ווי קומט עס, אַז בײַ אײַך אין ישׂראל איז מען טאָג און נאַכט באַשעפֿטיקט מיט פּאָליטיק — און עס ווערט אָבער גאָרנישט געטאָן אַז די פּאָליטיק זאָל זיך אַמאָל ענדערן?

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איר האָט עס אפֿשר אויך שוין באַמערקט: די האָליוווּד-אינדוסטריע האָט פֿאַקטיש אויפֿגעהערט צו פּראָדוצירן פֿילמען וועגן דעם אָנטייל פֿון אַמעריקע אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. וועגן וואָס קען מען זיך דערמאָנען? וואָס איז אַרויס אין משך פֿון די לעצטע צען יאָר? דער סאָלדאַט רײַען האָט סטיווען ספּילבערג געראַטעוועט אין יאָר 1998. “פּערל האַרבאָר" איז אַרויס אין 2001. אויף דעם טעלעוויזיע-עקראַן איז עס זייער אַ מאַרגינאַלע טעמע, וואָס מע באַהאַנדלט מערסטן טייל אין דאָקומענטאַלע פּראָגראַמען פֿון דעם “געשיכטע-קאַנאַל".