User loginSearch |
איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס קען קלינגען שרעקלעך ציניש, אָבער איך בין אַ ביסל צופֿרידן מיט דער "חזיר־גריפּע". בפֿרט נאָך, אַז זי איז שוין לחלוטין ניט קיין חזירשע און אפֿשר ניט אַזאַ געפֿערלעכע, ווי מע האָט תּחילת געמיינט. איך בין צופֿרידן, ווײַל איצט האָב איך שוין ניט מורא אײַנצושליסן די טעלעוויזיע. פֿריִער איז דאָך געווען ממש אוממעגלעך עס אויסצוהאַלטן, ווײַל מע האָט גערעדט נאָר וועגן איין זאַך: צי באַראַק אָבאַמאַ איז גוט אָדער שלעכט, און פֿאַר וואָס איז ער גוט (אויב ער איז טאַקע גוט) און פֿאַר וואָס איז ער שלעכט (אויב ער איז טאַקע שלעכט). אָנהייבנדיק פֿון דעם 1טן אַפּריל, ציילט זיך די קאַדענץ פֿון דער נײַער רעגירונג, די 32סטע לויט דער ריי אין די 61 יאָר פֿון דער מדינה, און די צווייטע אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ביבי נתניהו. אָנגעזעטיקטע מיט דערפֿאַרונג פֿון די אַלע יאָרן, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון מדינת־ישׂראל זיך שוין צוגעוווינט אָנצוהייבן, מיטן געבורט פֿון דער רעגירונג, דאָס ציילן אירע טעג אויף צוריק, ביז צום טאָג פֿון איר פֿאַרקירצטן לעבן — ווי עס וואָלט איר שוין אַזוי געווען באַשערט צו פֿאַרענדיקן איר קאַדענץ פֿאַר דער צײַט.
מאָלדאָווע, צוליב אירע אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע פּאָליטיקער, איז ווידער אַרויף אויף די ערשטע זײַטן פֿון דער וועלט־פּרעסע. ווי כ‘האָב לעצטנס געשריבן אין "פֿאָרווערטס", זײַנען צו די פּאַרלאַמענט־וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען דעם 5טן אַפּריל, צוגעלאָזט געוואָרן פֿיר פּאַרטייען: צוויי ליבעראַלע, די אַליאַנץ "אונדזער מאָלדאָווע" און די קאָמוניסטישע פּאַרטיי. אין "פֿאָרווערטס" פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז דערשינען אויף דער ערשטער זײַט דאָס בילד פֿון די מיניסטאָרן אין דער נײַ־געשאַפֿענער רעגירונג פֿון ישׂראל, און אונטער דעם בילד די צושריפֿט: פּרעזידענט שמעון פּערעס, פּרעמיער בנימין נתניהו און "דער גאַנצער מיניסטאָרן־קאַבינעט". דאָס איז אָבער נישט געווען פּינקטלעך, היות ווי אויף דעם בילד געפֿינען מיר נאָר 20 מיניסטאָרן, דהײַנו בלויז צוויי דריטל פֿון דעם רעגירונגס־קאַבינעט. די ידיעה, אַז נאָך שווערע דעה־ראַנגלענישן פֿון דער פּראָקוראַטור איז ענדלעך דערלאַנגט געוואָרן אין תּל־אָבֿיבֿער קרײַז־געריכט דער באַשולדיקונגס־אַקט קעגן דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט וועגן שאַנד־אַקטן ביז פֿאַרגוואַלדיקונג — איז קורץ נאָך איר דערשײַנען גלײַך פֿאַררוקט געוואָרן אין אַ ווינקל און איז פֿאַראורטיילט געוואָרן אפֿשר צו צײַטווײַליקער פֿאַרגעסעניש — צוליב דער צענטראַלער אַנטפּלעקונג פֿון דער הײַנטיקער וואָך, אַז אַ גאַנצע פּאַרטיי איז געוואָרן באַצוווּנגען פֿאַר די אויגן פֿון דער וועלט. פּורים, וואָס איז איינער פֿון די צוויי פֿריילעכסטע ימים־טובֿים אין יאָר, איז אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל נישט אַלע מאָל געווען אַ פֿריילעכער טאָג. אַזוי אויך נישט דער הײַיאָריקער, כאָטש די קינדער און עמך, האָבן מקיים געווען די מיצווה פֿון מרבים בשׂימחה. אין הײַנטיקן טאָג פֿון פּורים איז אויך אויסגעפֿאַלן, לויטן "גוייִשן" קאַלענדאַר, דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרויען־טאָג, וואָס האָט דאָס מאָל געבראַכט אַ "גוטע בשׂורה", עמיגראַציע, ווי אַ וועג זיך צו ראַטעווען פֿון פֿאַרשידענע צרות בײַ זיך אין לאַנד, איז באַקאַנט נאָך פֿון קדמונים אָן. אויב נעמען די ייִדן, האָבן זיי עס דורכגעמאַכט נישט איין מאָל, און נישט תּמיד לויט זייער ווילן. די אייראָפּעער, ווידער, צוליב דעם מאַנגל אין אייגענע רעסורסן אויפֿן קאָנטינענט גופֿא, ווי אויך צו באַהערשן די אַנדערע פֿעלקער און שטחים, האָבן זיי געמוזט פֿירן כּסדר מלחמות צווישן זיך, וואָס פֿלעגט ברענגען צו אַ מאַסן־איבערוואַנדערונג סײַ אינעם לאַנד און סײַ אויסער דעם קאָנטינענט. אַוודאי, איז נישט צו פֿאַרגלײַכן די סיבות און מאַסשטאַבן פֿון דער אייראָפּעיִשער אימיגראַציע מיט דער ייִדישער; די אויפֿסנײַ־געוויילטע כּנסת — די 18טע לויט דער ריי — איז דערעפֿנט געוואָרן הײַנטיקע וואָך מיט 31 נײַע דעפּוטאַטן — אַ פֿערטל פֿון איר פּלענום, און מיט 21 פֿרויען — אַ פֿינפֿטל פֿון אים; די גרעסטע צאָל פֿרויען אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת. דאַקעגן צו דער רעגירונג, וועלכע דאַרף איצט אויפֿקומען, איז בראָש פֿון איר נאָמינירט געוואָרן דורך דעם מדינה־פּרעזידענט דער אָנפֿירער פֿון "ליכּוד", בנימין נתניהו. נישט ווײַל ער רעפּרעזענטירט, ווי עס איז געוויינלעך אָנגענומען אין דער פּאַרלאַמענטאַרישער פּראַקטיק, דער האַלבאינדזל קרים האָט אַ רײַכע ייִדישע געשיכטע. אַ מאָל, אין די אַנטישע צײַטן, האָבן דאָרטן געלעבט גריכיש-רעדנדיקע ייִדן. ווען אין קרים האָבן זיך באַזעצט די טאָטערן, זײַנען אין יענע מקומות געווען אויך קהילות פֿון "קרימטשאַקעס" — טאָטעריש-רעדנדיקע ייִדן, און די קאַראַיִמער האָבן דאָרטן אויך געוווינט. אין יאָר 1763, אין דער תּקופֿה פֿון עקאַטערינע II, האָט מען קרים צוזאַמען מיט די טאָטערן, קרימטשאַקעס און קאַראַיִמער אַרײַנגענומען — בגוואַלד,
ווער האָט "געוווּנען" די וואַלן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען הײַנטיקע וואָך צו דער 18טער כּנסת? — האָבן געפֿרעגט די אײַנוווינער פֿון ישׂראל, וועלכע האָבן מיט נײַגער אָפּגעוואַרט די דערווײַליקע רעזולטאַטן פֿון די מאָדעל־ אורנעס, נאָך דעם ווי זיי זײַנען די גאַנצע צײַט פֿון דעם וואַל־יאַריד געשפּײַזט געוואָרן מיט די זיך בײַטנדיקע רעזולטאַטן פֿון די פּובליק־טעסטן פֿון דער עפֿנטלעכער מיינונג און האָבן שוין קיין באַזונדערע איבערראַשונג נישט דערוואַרט. צו דער צײַט, ווען די צײַטונג מיט אָט דעם אַרטיקל וועט אַרויסגיין, וועלן מיר שוין וויסן וועגן סך-הכּלען פֿון די וואַלן אין ישׂראל. ס׳איז קלאָר, אַז אַ ממשותדיקע השפּעה וועלן אויף די רעזולטאַטן האָבן די אַזוי-גערופֿענע "רוסישע" שטימען. און אויף דעם טאַקע וויל איך זיך דאָ אָפּשטעלן. האָט עמעצער פֿון אײַך פֿאַרשטאַנען, ווער עס האָט געוווּנען און ווער עס האָט פֿאַרשפּילט אין דער רוסיש-אוקראַיִנישער גאַז־מלחמה? הגם ביידע צדדים טענהן, אַז זיי האָבן מנצח געווען, געפֿינט זיך אוקראַיִנע זיכער אין אַ שווערן מצבֿ. אַזוי זאָגן, לכל-הפּחות, די עקספּערטן פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס. די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד צעשיט זיך ממש: די וואַלוטע, הריוונע, ווערט ביליקער; די אינפֿלאַציע וואַקסט; די פּראָדוקציע — פֿאַלט. |
|
















קהילה־לעבן