User loginSearch |
זענען מיר, הייסט עס, דאָס אויך שוין איבערגעקומען. כ’מיין, די מלחמה, וואָס איז פֿאָרמעל נאָך אַלץ נישט געווען קיין מלחמה לויט די קריטעריעס פֿון מלוכישן אָדער מיליטערישן לעקסיקאָן, נאָר בלויז אַן "אָפּעראַציע" באַקרוינט מיטן נאָמען "געגאָסענער בלײַ". זי האָט אויך געדויערט "נישט מער" ווי 22 טעג, אָבער לויטן פֿאַרנעם פֿון דער צאָל קרבנות פֿון דעם אָנגעגריפֿענעם צד, פֿון דער פֿאַרוויסטונג און פֿון דער ברוטאַלקייט, וואָס ווערט שוין דאָ — אין דעם פֿאָלקס־לשון און אין דער פּובליציסטיק — אָנגערופֿן:
דער אַמעריקאַנער עולם איז בדרך-כּלל צופֿרידן מיט די ערשטע טריט פֿונעם נײַעם פּרעזידענט. 68 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע לויבן באַראַק אָבאַמאַ — אַ העכערע אָפּשאַצונג, 72 פּראָצענט, האָט באַקומען אין די ערשטע טעג נאָר דזשאָן קענעדי, אין יאָר 1961. דאָך זײַנען 12 פּראָצענט אַמעריקאַנער גאָר ניט צופֿרידן מיט זייער פּרעזידענט, און בײַ אַ טייל פֿון זיי האָט עס, בלי-ספֿק, צו טאָן מיט אָבאַמאַס באַציִונג צו אַבאָרטן. מײַן פֿאָריקן אַרטיקל ("פֿאָרווערטס", דעם 2טן יאַנואַר 2009), וועלכן איך האָב געשריבן אין פֿערטן טאָג פֿון דער לופֿט־"אָפּעראַציע" קעגן עזה, אַ טאָג פֿאַר דעם אַרײַנמאַרש פֿון די יבשה־כּוחות פֿון צה״ל אין "כאַמאַסטאַן", די צום געדיכטסטן באַפֿעלקערטע טעריטאָריע אויף דער וועלט —האָב איך פֿאַרענדיקט מיט דעם פֿאָלגנדיקן זאַץ, מיט וועלכן איך דערלויב זיך דאָ צו עפֿענען דעם הײַנטיקן אַרטיקל: נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון; ישׂראל און דער מיטעלער מיזרח קענען שוין הײַנט קיינעם מיט גאָרנישט איבערראַשן, און די וועלט קען אויך מיט גאָרנישט איבערראַשן ישׂראל. ווי זאָגן די פֿראַנצויזן? "דעזשאַ וווּ" — דעם פֿילם האָבן מיר שוין געזען. מיר קענען דאָס שוין פֿון פֿריִער. אַלץ וואָס עס געשעט בײַ אונדז די טעג אין דער מלחמה אין עזה־פּאַס, געשעט אין לאַנד שוין נישט צום ערשטן מאָל, נאָר מיר האָבן שוין פֿאַרגעסן דעם ביטערן טעם פֿון דעם פֿריִער געשעענעם און זײַנע פֿאָלגן. איינער פֿון די הויפּט-אונטערשיידן צווישן אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם און אַ סיסטעם, וועלכע מאַכט נאָר אַן אָנשטעל פֿון זײַן אַ דעמאָקראַטישע, באַשטייט אין דעם, וואָס די ערשטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן דעם יחיד, דעם בירגער, און די צווייטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן די קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס שטייען בײַם רודער פֿון דער מלוכה. די סאָוועטישע "דעמאָקראַטיע" האָט געאַרבעט לויט דעם צווייטן פּרינציפּ, ווײַל פֿון סאַמע אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה האָט דער מענטש קיין ווערט ניט געהאַט. אויב די "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", כ’מיין, די תּושבֿים פון מדינת־ישׂראל, וואָלטן גענאָסן פֿון אַזוי פֿיל זאָרג און פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרזאָרגער אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר, ווי דאָס קומט פֿאָר איצט, אין די צוויי חדשים ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת — וואָלטן קיין וואַלן נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן יעדע אָנדערטהאַלבן, צוויי אָדער דרײַ יאָר, און עס וואָלטן נישט אויפֿגעקומען יעדעס מאָל קיין ספּעציעלע מלוכישע, יורידישע אָדער אַנדעראַרטיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס — צוליב די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון די מאַכט־אָרגאַנען, איך האָב אַן אַלטן פֿרײַנד, וואָס וווינט נאָך אַלץ אין אוקראַיִנע — ער קלײַבט זיך און קלײַבט זיך אַריבערפֿאָרן קיין ישׂראל, וווּ זײַן זון איז גאַנץ גוט אײַנגעאָרדנט געוואָרן. רעדן מיר צו מאָל אויפֿן טעלעפֿאָן צי שרײַבן מיר איינער דעם אַנדערן בליצבריוו. די טעג האָט ער מיר דערציילט וועגן דעם מצבֿ אין דער שטאָט: צוויי גרויסע מעטאַלורגישע פֿאַבריקן זײַנען פֿאַרמאַכט, אַ פּאָר אַנדערע אַרבעטן נאָר עטלעכע טעג אַ וואָך. "איר קענט מיך באַשטראָפֿן, איר קענט באַשטראָפֿן די פּאַרטיי, אָבער איר טאָרט נישט באַשטראָפֿן די מדינה" — האָט הײַנטיקע וואָך געזאָגט אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו דער מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק. ס'איז קלאָר, אַז געמיינט דערמיט האָט ער, ווי יעדער אײַנגעבילדעטער פּאַרטיי־מנהיג מיט אַ הויכער מיינונג וועגן זיך, אַזוי ווי ברק, אַז "נאָר ער קען" — און מיט זײַן פֿעיִקייט אָנצושטעקן און איבערצוצײַגן גרויסע מאַסן וויילערס האָט ער צום ערשטן מאָל דעראָבערט די מאַכט (אין 1999) און האָט זי נאָך אַ קורצער רעקאָרד־צײַט פֿון אַ יאָר מיט 245 טעג מיט בושה פֿאַרלוירן; ווען פּינקטלעך האָט זיך דער דאָזיקער בירגערקריג אָנגעהויבן, אין וועלכער צײַט גענוי? דאָס איז שוין אַן ענין פֿאַר די היסטאָריקער. איינער וועט אָנווײַזן אויף אַ געוויסער געשעעניש, בשעת דער צווייטער וועט זאָגן זײַנס, אַז דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער... מען קאָן זיך משער זײַן, אַז די עצם פֿראַגע "וואָס איז אַזוינס אַ בירגערקריג" און ווי אַזוי דעפֿינירט מען עס און אַלע זײַנע פּרעצעדענטן, דאָס וועט אויך ווערן אַ טייל פֿון דער אַקאַדעמישער דיסקוסיע.
"חב״דיזאַציע", ווי מע רופֿט איצט צו מאָל די טעטיקייט פֿון די ליובאַוויטשער חסידים, איז געוואָרן אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר פֿון ייִדישן לעבן. דער חב״ד האָט 4,000 שליחים, וואָס זײַנען טעטיק אין זיבעציק לענדער. אַ היפּש ביסל פֿון זיי זײַנען פֿינאַנציעל אָפּהענגיק פֿון איין מענטשן — לעוו לעווײַעוו, דער רײַכסטער ישׂראלי אין יאָר 2006. אַ פֿרומער מענטש, פֿון די בוכאַרער ייִדן, פֿלעגט לעווײַעוו יאָר-אײַן יאָר-אויס געבן דעם חב״ד צו 30–50 מיליאָן דאָלאַר. אַזוי, לכל-הפּחות, שאַצט מען אָפּ זײַן בײַטראָג. לעווײַעווס געלטער זײַנען אַרײַנגעלייגט אין פֿאַרשיידענע געשעפֿטן, אָבער ער איז, דער עיקר, באַקאַנט צוליב זײַן דיאַמאַנטן-אימפּעריע, באַזירט אין אַפֿריקע און רוסלאַנד. אויב — און ווען — אַריאל שרון וועט זיך אויפֿכאַפּן פֿון זײַן קרובֿ 3־יאָריקן לעטאַרגישן שלאָף, וועט דאָס זײַן שוין דאָס צווייטע מאָל, ווי ער האָט עס געטאָן: דאָס ערשטע מאָל איז עס געווען מיט אַ פֿינף יאָר צוריק, ווען דער דאָזיקער נישט דיסציפּלינירטער אַרמיי־קאָמאַנדיר אין די מלחמות און שטראָף־אָפּעראַציעס קעגן די אַראַבער, דער גרינדער פֿון דער “קאָמאַנדאָ־איינהייט 101" און מיטאָלאָגישער “בולדאָזער פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע" אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, האָט געמאַכט זײַן דראַמאַטישן איבערקער, האָט צעבראָכן דעם “נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס" און געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה בײַ דער זײַט פֿון מדינת־ישׂראל. די רוסישע סאָציאָלאָגן האָבן מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק געשטעלט אַזאַ פֿראַגע: אונטער וועמעס ממשלה איז רוסלאַנד אין די לעצטע הונדערט יאָר געגאַנגען לויט דעם סאַמע ריכטיקן וועג? 80 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע רוסישע תּושבֿים האָבן אָנגערופֿן וולאַדימיר פּוטינס נאָמען. אויפֿן צווייטן אָרט האָט מען אַוועקגעשטעלט לעאָניד ברעזשניעוון, אויפֿן דריטן — וולאַדימיר לענינען. אַ ביסל ווייניקער פֿון לענינען האָבן אָנגעקליבן שטימען יאָסיף סטאַלין און ניקאָלײַ דער צווייטער. באָריס יעלצין און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו האָבן פֿאַרנומען די צוויי העכסטע פּאָזיציעס צווישן די סאַמע ניט פּאָפּולערע פֿירער פֿונעם לאַנד. |
|
















קהילה־לעבן