User loginSearch |
אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרעזידענטישער וואַל-קאַמפּאַניע האָבן די צוויי הויפּט-צדדים געהאַט אַ סך אונטערשיידן. איינער פֿון זיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס דער דעמאָקראַטישער צד איז געווען מער אינטעליגענט, אין דעם אַלטן אייראָפּעיִשן זין פֿון דעם באַגריף. עס זײַנען דאָ ניט ווייניק דערקלערונגען פֿון "אינטעליגענטישקייט", אָבער איך וועל ברענגען די דעפֿיניציע, וועלכע עס האָט בשעתּו געגעבן הלל ראָגאָף, איינער פֿון די געוועזענע "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָרן. די וואָרענונג אויף דער וואַנט די וואָרענונג באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט אין די לעצטע יאָרן יעדן אָנהייב נאָוועמבער, ווען עס פֿאַלט אויס דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. זי הענגט שוין אַזוי די אַלע דרײַצן יאָר, און אַפֿילו אין משך פֿון אַלע טעג פֿון דעם יאָר, נאָר מען לייגט שוין נישט אַזוי קיין אַכט, אַזוי ווי אויף יעדער זאַך, צו וועלכער מען געוווינט זיך צו. אָבער זי וועקט זיך אויף צו יעדן יאָרטאָג און מיט יעדן יאָר ווערט די וואָרענונג אַלץ שאַרפֿער און דראָענדיקער, ביז וואַנען זי הייבט אָן אַראָפּצושרײַען פֿון די ווענט.
דעם 8טן דעצעמבער 1991 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער אַזוי-גערופֿענער "בעלאָוועזשער אָפּמאַך", וועלכער האָט געבראַכט צום סוף פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. הגם דאָס האָט, אין תּוך אַרײַן, אויך באַטײַט דעם סוף פֿון סאָוועטישן קאָמוניזם, האָבן אַ סך געוועזענע מיטגלידער פֿון דער פּאַרטיי אָפּגעהיט פֿאַר זיך צענטראַלע פּאָזיציעס אין נאָך-סאָוועטישע לענדער. איינער פֿון דער אַלטער גוואַרדיע פּראָפּאַגאַנדיסטן איז מיכאַיִל פּאָלטאָראַנין, דער 69־יאָריקער באַקאַנטער זשורנאַליסט פֿון ברעזשנעווס תּקופֿה און דער פּרעסע-מיניסטער אין יעלצינס רעגירונג. מיט העכער אַ חודש צוריק האָב איך אין קורצן איבערגעגעבן וועגן די צוגרייטונגען צו די וואַלן פֿאַר אַ נײַעם ראָש־העיר — בירגערמײַסטער פֿון עיר־הקודש ירושלים — די הויפּשטאָט פֿון אונדזער מדינה. דאַן איז עס געווען נאָך פֿאַר די ימים־נוראָים און די דאַטע פֿון די וואַלן האָט אויסגעזען צו זײַן אַ ווײַטע מעטע, ביז דעם 11טן נאָוועמבער הײַיאָר. דער אָנגייענדיקער פֿינאַנציעלער קריזיס וואָלט אונדז געמעגט דערפֿירן צו פֿאַרשיידענע שאלות וואָס מיר אַלע (אַרײַנגערעכנט אונדזערע פּאָליטיקער און אינטעלעקטואַלן מכּלערליי מינים) האָבן זיך שוין פֿון לאַנג געווען געדאַרפֿט פֿרעגן: וואָס וועט אייגנטלעך זײַן די צוקונפֿט פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע וואָס שטיצט זיך אַזוי שטאַרק אויפֿן דויערנדיקן כּוח און וווילזײַן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון מערבֿ־אייראָפּע? אַ פּלאַן פֿון אַן אַטענטאַט אויף אָבאַמאַ מאָנטיק, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט צוויי "גאָלע־קעפּ" ("סקינהעדס") פֿון טענעסי און אַרקענסאָ, און זיי באַשולדיקט אין צוגרייטן אַן אַטענטאַט אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ. די צוויי בחורים האָט מען באַשולדיקט אין פֿאַרמאָגן אומלעגאַל געווער, פּלאַנירן צו גנבֿענען געווער און אין שטעלן אין סכּנה דאָס לעבן פֿון אַ קאַנדידאַט פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אַ פֿעדעראַלער אַגענט האָט אין אַ ראַפּאָרט, געשריבן, אַז די צוויי יונגען האָבן געוואָלט אומברענגען אַן ערך 88 שוואַרצע תּלמידים אין אַ שול און אָפּהאַקן די קעפּ פֿון 14 פֿון זיי. די צוויי נומערן — 14 און 88 — זענען סימבאָלן אין דער ראַסיסטישער, נאַצישער "גאָלע־קעפּ"־קולטור. ציפּי ליבֿני וואַרפֿט אָפּ די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ציפּי ליבֿני נעמט אָן די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ש״ס שליסט זיך אָן אין דער רעגירונג (אין וועלכער דער ש״ס איז דערווײַל נאָך אַ מיטגליד אונטער דער צײַטווײַליקער אָנפֿירונג פֿון אהוד אָלמערט)... דער פֿינאַנץ־מיניסטער רוני בר־אָן שטעלט זיך שאַרף אַנטקעגן די פֿאַרלאַנגען פֿון ש״ס און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די קאָאַליציע, כּדי צו ראַטעווען די מלוכישע קאַסע... רוני בר־און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די מלוכישע קאַסע, אונדזער קלאַסיקער, שלום-עליכם, האָט געעצהט, אַז ווען עפּעס אַן ענין ווערט נימאס-ומאָוס, דאַרף מען בײַטן די טעמע און זיך ווענדן צו מער פֿריילעכע זאַכן, אַזעלכע ווי כאָלערע אין אָדעס. איך לייג פֿאָר צו פֿאַרגעסן, לכל-הפּחות, אויף עטלעכע מינוט, וועגן די וואַלן אין אַמעריקע און אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די וואַלן אין די לענדער, בשכנות מיט רוסלאַנד. אין יענעם טייל פֿון דער וועלט פֿילט מען באַזונדערס שאַרף די נאָכווייענישן פֿון דער רוסיש-גרוזינישער מלחמה. זי האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל סײַ אויף די צווישן-מלוכישע באַציִונגען, סײַ אויף דער צעשטעלונג פֿון די פּאָליטישע כּוחות אין די לענדער גופֿא. איינע פֿון די קאָלעקטיווע אייגנשאַפֿטן פֿון דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט איז — דער סעלעקטיווער זכּרון, און באַזונדערס, דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון. און גאָר באַזונדערס — דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון בנוגע געשעענישן, אַפֿילו היסטאָרישע פּאַסירונגען, פֿון די לעצטע עטלעכע דורות. אַ סימן, אַז די מדינה עלטערט זיך, זי דערנענטערט זיך צום פּענסיע־עלטער. מיט אַ קורצער צײַט צוריק, האָבן מיר נאָכגעפֿאָלגט מיט אַ גרויסן נײַגער די ספּעקטאַקלדיקע, גרויספֿאַרנעמיקע “פּרײַמעריס" פֿאַר קאַנדידאַטן פֿון די צוויי פּאַרטייען אין די וואַלן פֿאַר פּרעזידענט און וויצע־פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע. איך האָב זיך עפּעס פֿאַרפּלאָנטערט מיט דער עקאָנאָמיע: מע קען ניט געפֿינען קיין קלאָרע דערקלערונג פֿון דעם קריזיס, וואָס האָט — ניט אויף קאַטאָוועס — אַרומגעכאַפּט אַמעריקע און די גאַנצע וועלט. נאָך מער, מע שרײַבט, אַז עס זײַנען דאָ "פֿאַרשיידענע" מיינונגען וועגן די סיבות פֿון אָט די קרעדיט-אויסשעפּענישן און בענק-פּלאַצענישן.
דזשאַן מאַק׳קיינס באַשלוס אויסצוקלײַבן די אַלאַסקער גובערנאַטאָרין סאַראַ פּיילין ווי זײַן שותּף פֿאַר וויצע־פּרעזידענט, האָט שטאַרק אָפּגעפֿרישט זײַן קאַמפּאַניע און, לויט אַן אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿון דער "וואַשינגטאָן פּאָסט" און "איי־בי־סי"־נײַעס, האָט מאַק׳קיין איצט אויף 12% מער שטיצע בײַ ווײַסע פֿרויען, ווי באַראַק אָבאַמאַ — 53% קעגן 41%. |
|
















קהילה־לעבן