User loginSearch |
עס זעט אויס, אַז די צוויי פֿאַרמיאוסט געוואָרענע דערשײַנונגען — דעמאַגאָגיע און די עטנישע מלחמות — וועלן זיך נישט לאָזן אַזוי גיך אויסוואָרצלען און באַזײַטיקט צו ווערן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון ביוראָקראַטיע און מלוכישער קאָרופּציע, וואָס איז, לויטן אויסדרוק פֿון דעם מדינה־קאָנטראָלער, נאָך געפֿערלעכער ווי דער טעראָר. ס'איז שווער צו זאָגן, ווי אַזוי די גרוזינישע באַפֿעלקערונג באַציט זיך איצט צו דער סאַאַקאַשווילי-רעגירונג, נאָר לעצטנס האָט מען גענומען הערן אַנדערע מיינונגען, פֿון דער אָפּאָזיציע, וועלכע האָט אַ נדר געטאָן צו שווײַגן בעת דער הייסער פֿאַזע פֿונעם קאָנפֿליקט מיט רוסלאַנד. ס'איז קלאָר, אַז גאָר ניט אַלע קלײַבן נחת פֿון די פֿירער, וועלכע האָבן פֿאַרפֿירט דאָס לאַנד אין אַזאַ טעמפּן ווינקל. אָבער קיין פּרטים פֿון דער שטימונג אין דער גרוזינישער געזעלשאַפֿט זײַנען דערווײַל ניט באַוווּסט. אַ קאָמפּליצירטן מאָמענט לעבט הײַנט איבער די וועלט בכלל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן בפֿרט. די עקאָנאָמיע אַנטוויקלט זיך גאָר ניט אַזוי, ווי עס וואָלט זיך געוואָלט. באַזונדערס שטורעמט אין דעם פֿינאַנציעלן סעקטאָר, וואָס שטעלט אַ שטעמפּל אויף אַלע איבעריקע געביטן. ס'איז דאָך גאָר אַ שלעכטער סימן, אויב די אַמעריקאַנער רעגירונג מישט זיך אַרײַן און הייבט אָן ראַטעווען, דורך אַ פֿאַקטישער נאַציאָנאַליזאַציע, ריזיקע פֿינאַנציעלע אונטערנעמונגען. און דאָס טוט דווקא די רעגירונג, וואָס באַרימט זיך מיט איר פֿילאָסאָפֿיע פֿון מינימיזירן די מלוכישע ראָלע אין וויכטיקע עקאָנאָמישע ענינים. גרוזינישע ווײַנען פֿאַרקויפֿט מען ניט, בדרך-כּלל, אין געוויינטלעכע מערבֿדיקע געשעפֿטן. אין ניו-יאָרק, לאָנדאָן, תּל-אָבֿיבֿ צי בערלין קען מען עס זייער גרינג קריגן אין די רוסישע קראָמען. האָב איך ניט לאַנג צוריק טאַקע געקויפֿט אַ פֿלעשל "קינזמאַראַולי" — איך האָב זיך דערמאָנט, אַז מיט אַזאַ ווײַן האָט מען זיך פּאָסמאַקעוועט אויף אונדזער חתונה, וואָס איז געווען אין מאָסקווע מיט אַריבער דרײַ יאָרצענדליק צוריק. אָבער איצט, נאָך אַ לאַנגן איבעררײַס, איז געווען מאָדנע צו טרינקען דעם דאָזיקן ווײַן. עס האָט אַ טעם, וואָס איז זייער ספּעציפֿיש צי אַפֿילו אויסטערליש און איז אויסגערעכנט אויף די יחידי-סגולה וואָס האָבן עס ליב. ווען עס איז אויפֿגעקומען אינעם אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד דער געדאַנק וועגן אָלימפּישע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן צוריק מיט קרובֿ 2800 יאָר, איז זייער ציל געווען — איבערצורײַסן די מלחמות און דערנענטערן די צעקריגטע פֿעלקער. און אין יענע צײַטן זענען טאַקע די מלחמות געוואָרן איבערגעריסן ווייניקסטנס אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אין וועלכע עס האָט געהערשט דער “ספּאָרטיווער גײַסט" אויפֿן אָרט פֿון דעם גײַסט פֿון מלחמה. אַזוי האָט עס אויך געדאַרפֿט זײַן — און דאָס איז דאָך געווען דער ציל — ווען די אָלימפּיאַדעס זײַנען געוואָרן באַנײַט סוף 19טן יאָרהונדערט. ס'איז אַן אַלטע מעשׂה, צוגעטראַכט, אַ פּנים, דורך די מאַרקסיסטן, אַז דער פּראָסטער, אָרעמער המון רעאַגירט שאַרפֿער אויף די אַנטפּלעקונגען פֿון סאָציאַלן אומיושר. אמת, די זעלבע מאַרקסיסטן פֿלעגן שאַפֿן קרײַזלעך — גרופּקעס האָרעפּאַשניקעס בראָש מיט אַן אינטעליגענטן סאָציאַליסט, וועמעס פֿונקציע איז געווען צו דערקלערן דעם אומיושר. די דאָזיקע אינטעליגענטנע מענער און פֿרויען זײַנען אָפֿט מאָל געווען פֿון פֿאַרמעגלעכע צי אַפֿילו רײַכע משפּחות און האָבן געפֿילט דעם אומיושר מער טעאָרעטיש איידער פּראַקטיש. אין אָקספֿאָרד האָב איך אַ פֿרײַנד, וואָס איז אַ געלערנטער אין הילכות ביאָלאָגיע, אָבער יעדן שבת (זאָרגט זיך ניט — ער איז אַן אוקראַיִנער, ניט קיין ייִד) שפּילט ער אין פֿוטבאָל — ניט דעם אַמעריקאַנער נוסח, נאָר דעם "סאָקער". ס׳איז עפּעס אַ היגע ניט-פּראָפֿעסיאָנעלע קאָמאַנדע, וועלכע באַגעגנט זיך מיט ענלעכע אַמאַטאָרישע קאָמאַנדעס. אַוודאי ווילן זיי געווינען, אָבער דער הויפּט-ציל איז פֿונדעסטוועגן אַן ערך אַזאַ ווי בײַ די מענטשן, וואָס לויפֿן ערגעץ אין פּאַרק אָדער פֿאַרברענגען אַ שעה אין אַ גימנאַסטישן זאַל. גאָר ניט דעם מין ספּאָרט האָט געמיינט דזשאָרדזש אָרוועל, ווען ער האָט אין די 1940ער יאָרן געשריבן, אַז ספּאָרט שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זיכערן וועג צו אומפֿרײַנדלעכקייט. "דאָס טראַגישע באַשטייט אין דעם, אַז עס האָט זיך ווידער געשאַפֿן אַ סיטואַציע, אין וועלכער אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿאַרשטייט וואָס ער האָט צו טאָן, אָבער ער איז נישט מסוגל זײַן ווילן צו רעאַליזירן. און נישט ווייניקער טראַגיש איז דאָס, וואָס דער וועג צום שלום איז אַלע מאָל לענגער, ווי דער וועג צו אַ מלחמה, און אהוד אָלמערט ווייסט דאָס אַוודאי זייער גוט" — האָט געזאָגט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שרײַבער דוד גראָסמאַן, ווי עס דערציילט דאָס נחום ברנע (באַרנעאַ) אין זײַן פֿרײַטיקדיקן קאָלום. פֿאַר די מענטשן פֿונעם עלטערן דור, בפֿרט די וואָס האָבן געלעבט אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, קניפּט זיך באַלד אָן דאָס וואָרט "בלאָקאַדע" מיטן וואָרט "לענינגראַד" — דאָס טראַגישסטע קאַפּיטל פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די שטאָט לענינגראַד, מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 3 מיליאָן מענטשן איז באַלעגערט געוואָרן פֿון די דײַטשישע מיליטערישע טיילן במשך פֿון 900 טעג. אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג, בײַ אַ האַלבן מיליאָן איז דאָרט אויסגעשטאָרבן פֿון הונגער. אַ סך פּאָליטיקער און סתּם בשׂר-ודמס, בפֿרט אין אייראָפּע, האָבן גרינגער אָפּגעעטעמט נאָך דעם אַנומלטיקן באַשלוס פֿונעם טערקישן קאָנסטיטוציע-געריכט ניט צו פֿאַרבאָטן די פּאַרטיי פֿון "יושר און אַנטוויקלונג", וואָס איז זינט 2002 דער רעגירנדיקער פּאָליטישער כּוח אין לאַנד. אָבער די טערקישע געזעלשאַפֿט בלײַבט צעטיילט צווישן דעם טראַדיציאָנעל-מוסולמענישן עולם און די וועלטלעכע, אייראָפּעיִזירטע לײַט, דער עיקר שטאָטישע, וועלכע האָבן מורא, אַז די רעליגיע שפּילט אַלץ אַ גרעסערע ראָלע אין לאַנד, וווּ די קאָנסטיטוציע פֿאַרטיידיקט די סעקולערע ווערטן.
אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעברואַר 1956, נאָך סטאַלינס טויט, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו — דאַן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, און פֿון 1958 ביז 1964 אויך דער פּרעמיער־מיניסטער — אין זײַן רעדע געטאַדלט די ברוטאַלע מעשׂים פֿון סטאַלינען און מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן דער דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס. ס׳איז אָנגעקומען פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן לינגוויסט און פּרעכטיקן ייִדיש־קענער צבֿי סדן, וואָס אַ מאָל, איידער ער איז געקומען פֿון יאַפּאַן קיין ישׂראל, האָבן מיר אים אַלע געקענט ווי טסוגייאַ (צוויקאַ סאַסאַקי). דער פֿאָרויסגעזעענער סדר־היום פֿון אַ קאָנפֿערענץ וועגן ישׂראלדיקער שפּראַך־פּלאַנירונג, וואָס וועט סוף זומער פֿאָרקומען אין בר־אילן־אוניווערסיטעט (אין די זעלבע טעג, ווען מען פֿײַערט אויף דער וועלט דעם 100סטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ). |
|















קהילה־לעבן