User loginSearch |
זיבעטער טייל — באַמערקונגען און פֿאַרגעסענע מאָמענטן צוליב אַ דוחק אין פּלאַץ אויף דער געדרוקטער זײַט, זענען געוויסע מאָמענטן אָדער אָבסערוואַציעס אַרויסגעפֿאַלן פֿון דער סעריע אין די פֿריִערדיקע זעקס וואָכן. האָב איך געבעטן נאָך אַ קאַפּיטל, כּדי צו דערציילן דעם לייענער נאָך עטלעכע מאָמענטן, קאָמענטאַרן, ווײַזן נאָך עטלעכע בילדער, וואָס זענען נישט אַרײַן ביז אַהער.
פֿינפֿטער טייל — וואָלטשענעץ אויף דער מאַפּע קען מען קוים געפֿינען דאָס דערפֿל, וואָלטשענעץ, וווּ מײַן עלטער־פֿעטער, סרול (ישׂראל) גאָטעסמאַן, האָט געהאַט זײַן קרעטשמע. האַרט בײַ דער רומענישער גרענעץ, אויף דרום פֿון טשערנאָוויץ, געפֿינט זיך דער ייִשובֿ, וואָס הײַנט הייסט ער "סטאַרי (אַלט)־וואָווטשענעץ". להיפּוך צו אונדזער באַזוך אויפֿן בית־עולם אין זוויניעטשקע מיט אַ טאָג פֿריִער, האָב איך געוווּסט, אַז אונדזער איבערלעבונג אין דאָרף וועט זײַן אַנדערש. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט זיך געעפֿנט אין ישׂראל דער 67סטער יערלעכער ביכער־יריד. במשך די פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָט דער דאָזיקער יריד זיך שטאַרק אַנטוויקלט אין פֿאָרעם, אין איכות און אין מהות. פֿון “שבֿוע הספֿר העבֿרי" — אַ וואָך פֿון העברעיִשן בוך, איז עס פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ יריד פֿון אַ גאַנצן חודש.
געווען אַ מאָל איז אַ שטעטל
ווען איך האָב געטראַכט מיט אַ יאָר צוריק וועגן דער נסיעה קיין אוקראַיִנע, האָב איך שוין דעמאָלט זיך פֿאָרגעשטעלט וואָס פֿאַר אַ נס, ס‘וואָלט געווען, ווען איך געפֿין מײַן עלטער־זיידנס קבֿר אינעם בוקעווינער שטעטל, וואָס מיר רופֿן אין אונדזער משפּחה — דאָס "וויגעלע" פֿון די גאָטעסמאַנס, זוויניעטשקע, בײַם טײַך נעסטער.
דער ייִדישער טוריסט, וועלכער פֿאָרט הײַנט צוריק צו דער "אַלטער היים", פֿאַרשטייט שוין אַליין, אַז ער וועט אפֿשר מער פֿאַרברענגען מיט די טויטע, ווי מיט די לעבעדיקע. איך האָב אַוודאַי געוואָלט פֿאָרן זען דעם בית־עולם אין טשערנעוויץ, אָבער איך האָב געוווּסט, אַז מײַן נאָענסטע משפּחה וועל איך דאָרטן נישט געפֿינען. דער מאַמעס טאַטן, בנימין שעכטער, האָט מען פֿאַרשיקט, אַן אומשולדיקן, אין 1941 אין אַ גולאַג מיט קרימינאַלניקעס, און זיי האָבן אים דערשלאָגן אויף טויט.
מײַן ווײַב פֿאַרשטייט ניט קיין חכמות ווען די רייד גייט וועגן זומער-וואַקאַציעס: עס דאַרף זײַן בײַ אַ ים אָדער, אין ערגסטן פֿאַל, בײַ אַ טײַך צי אַן אָזערע. אַנדערש, אָן שווימען, הייסט עס ניט בײַ איר "וואַקאַציעס". מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, ווען ס׳איז געקומען אונדזער ערשטער פֿולער זומער אין ענגלאַנד, האָבן מיר זיך געלאָזט קיין שפּאַניע. דאָס איז געווען אונדזער ערשטע דערפֿאַרונג, וועלכע מיר האָבן באַקומען פֿון אַ "פּעקעדזש-האָלידיי", דאָס הייסט, ווען מע קויפֿט אַלץ צוזאַמען; אַזאַ "פּאַקעט" איז כּולל אי די רײַזע, אי די פֿאַרזיכערונג, אי די דירה, אי דאָס עסן.
דריטער טייל — טשערנעוויץ בעתן יאָר 2008 וועט מען פּראַווען נישט איין, נאָר צוויי, שׂימחות אין דער שטאָט טשערנעוויץ. קודם־כּל, מערקט מען אָפּ, סוף אויגוסט, 100 יאָר נאָך דער היסטאָרישער טשערנעוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿון 1908, מיט אַ יובֿלדיקער ייִדיש־קאָנפֿערענץ. פּראָפֿ׳ וואָלף מאָסקאָוויטש פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט (אַליין אַ טשערנעוויצער) האָט אָרגאַניזירט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ צוזאַמען מיט דער ייִדישער קהילה אין אוקראַיִנע, מיט יוסף זיסעלס בראָש,
צווייטער טייל — לעמבעריק רופֿט די שטאָט ווי איר ווילט — אויף פּויליש — לוואָוו, אויף דײַטש — לעמבערג, אויף אוקראַיִניש — לוויוו, אָדער אויף ייִדיש — לעמבעריק — בלײַבט זי די זעלבע גאַליצישע שטאָט, וועלכע האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַ דאַנק דער הילף פֿון יוסף זיסעלס, אַ טשערנאָוויץ־געבוירענער, וועלכע וווינט הײַנט אין קיִעוו און איז דער פֿאָרזיצער פֿונעם "ייִדישן אייראָ־אַזאַיאַטישן קאָנגרעס",
ערשטער טייל, בודאַפּעשט ווען איך דערצייל מײַנע פֿרײַנד, אַז איך בין צום ערשטן מאָל געפֿאָרן קיין אוקראַיִנע, דער עיקר, טשערנעוויץ און צפֿון־בוקעווינע, די היים פֿון מײַן מאַמען און זיידעס און באָבעס, פֿרעגן זיי מיך: נו, וואָס האָט דיר גענומען אַזוי לאַנג? דעם אמת געזאָגט, בין איך שוין פֿריִער יאָ צוריקגעפֿאָרן צום שטעטל פֿון מײַן טאַטן, סערעט, אין דרום־בוקעווינע, הײַנט רומעניע, אין 1984.
פֿאַר וואָס פֿאַרמאַכט זיך אַן עפֿנטלעכע מיטלשול? געוויינטלעך, איז עס ווײַל ס׳זענען נישטאָ גענוג תּלמידים, אָדער גענוג פֿאָנדן, און גאַנץ אָפֿט — אַ געמיש פֿון ביידע. אינעם פֿאַל פֿון דער מיטלשול, וווּ איך, מײַן שוועסטער, גיטל, און אַפֿילו מײַן מאַמע, האָבן זיך געלערנט, "איווענדער טשײַלדס", אין בראָנקס, ניו־יאָרק, שליסט זיך די אינסטיטוציע, ווײַל ס׳איז געוואָרן ממש צו געפֿערלעך זיך צו לערנען דאָרט.
— אינעם מאָסקווער עראָפּאָרט "שערעמעטיעוואָ" האָט זיך צעבראָכן דער באַגאַזש-טראַנספּאָרטער, דערפֿאַר האָב איך פֿאַרשפּעטיקט אויף מײַן צווייטן פֿלי, פֿון מאָסקווע קיין סאַנקט-פּעטערבורג. ענדלעך, אין אַ שעה אַרום, זענען געקומען דרײַ אַרבעטער, און האָבן באַקוקט דעם מעכאַניזם. איינער פֿון זיי האָט זיך צוגעמאָסטן, און געגעבן אַ זעץ מיטן שטיוול; דער טראַנספּאָרטער האָט אַ קרעכץ געטאָן, און אָנגעהויבן זיך דרייען. דאָס דערצייל איך מײַן עראָפּלאַן-שכנה, פֿליִענדיק פֿון ניו־יאָרק קיין פּאַריז;
דעם 2טן און 3טן דעצעמבער איז פֿאָרגעקומען אין אוניווערסיטעט פֿון מערילענד אין קאָלעדזש-פּאַרק אַ קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע "שפּראַכן בײַ ייִדן אין אַ גלאָבאַליזירטער וועלט", אונטער דער פֿעיִקער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס, די דאָרטיקע פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדיש. אַזוי ווי אַני-הקטן בין געווען צווישן די רעדנערס, קען דער דאָזיקער באַריכט ניט זײַן גאַנץ אָביעקטיוו, אָבער ער מעג נאָך אַלץ עפּעס לאָזן פֿונעם טעם פֿון דער קאָנפֿערענץ, דעם מין פֿראַגעס וואָס מע האָט באַהאַנדלט, און די לעבעדיקע דיסקוסיעס, וואָס האָבן לאַנג געדויערט נאָך יעדער סעסיע. |
|

























קהילה־לעבן