User loginSearch |
צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד איז לעצטנס אויפֿגעשטעלט געוואָרן אַ ווירטועלע בריק אונטערן נאָמען "פּערעזאַגרוזקאַ", וואָס מיינט אויף פּראָסט מאַמע־לשון אַן אָנלאָדונג אויף ס'נײַ. יעדער וואָס האָט צו טאָן מיט קאָמפּיוטערײַ, ווייסט גענוי וואָס דאָס מיינט. מע דאַרף אויך וויסן, אַז בשעת דער דאָזיקער "פּערעזאַגרוזקאַ", קאָן דער קאָמפּיוטער "פֿאַרפֿרוירן" ווערן, אַנדערש געזאָגט, ס׳קאָן זיך שאַפֿן אַ מצבֿ, ווען אַלץ בלײַבט הענגען אין די ווירטועלע ספֿערן — נישט אַהין און נישט אַהער! מײַנע אייניקלעך האָבן אַן אוקראַיִנישע ניאַניע. בײַ זיך, אין מערבֿ-אוקראַיִנע, האָט זי געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿון רוסיש, כאָטש זי רעדט די שפּראַך מיט אַ היפּשן אַקצענט און שטעלט אַרײַן ניט ווייניק אוקראַיִנישע ווערטער. איך קען אוקראַיִניש גאַנץ גוט, אָבער אייניקע אירע ווערטער דערקען איך דווקא דורך ייִדיש. למשל, ווען זי זאָגט "נאַדאָלוזשיטי", ווייס איך, אַז דאָס מיינט דאָס זעלבע ווי דער ייִדישער ווערב "נאַדאָלוזשען" — "אָניאָגן", "דערגרייכן דאָס זעלבע מיט אַ צײַט שפּעטער". די טעמע וואָס איך קלײַב זיך צו באַהאַנדלען איז, לויט מײַן מיינונג, וויכטיק גענוג מיך אַרויסצורײַסן פֿון מײַן זעלבסט־אַרויפֿגעצוווּנגענעם איבעררײַס אין מײַן זשורנאַליסטישער טעטיקייט. די סיבה דערצו איז דאָס אַוועקגיין אין דער אייביקייט פֿון וויליאַם סאַפּיר, דעם פּראָמינענטן קאָלומניסט פֿון דער New York Times און לינגוויסט. אַגבֿ, כּדאַי צו באַמערקן, אַן אוהבֿ פֿון מדינת־ישׂראל. אין בערלין בין איך ניט געווען מער ווי אַ יאָר, און ווידער אַ מאָל האָב איך דערזען ניט ווייניק ענדערונגען אין דער שטאָט — עפּעס אַ בנין האָט מען צעוואַלגערט, עפּעס אויפֿגעבויט, עפּעס רעסטאַוורירט. דער האָטעל איז געווען לעבן אַלעקסאַנדערפּלאַץ, וווּ יעדן אָוונט האָט זיך אינעם הימל אויף די בנינים אָפּגעשפּילט אַ גאַנצע ליכט-פֿאָרשטעלונג; אין דער צווייטער העלפֿט פֿון אָקטאָבער איז אין דער שטאָט אַ פֿעסטיוואַל פֿון ליכט. די וואָך איז אין ווין דורכגעגאַנגען די צווייטע סדרה פֿון פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די וועלט־מלוכות און איראַן. און אָט, דעם 21סטן אָקטאָבער, מעלדט דער הויפּט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון נוקלעאַרער ענערגיע בײַ דער "יו־ען", מאָכאַמעד על־באַראַדעי, אַז איראַן איז מסכּים צו באַטראַכטן דעם פּראָיעקט פֿון אַן אָפּמאַך אַרום איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. אין די ראַמען פֿון דעם דאָזיקן פּראָיעקט, פֿאָרגעלייגט אָנהייב חודש בײַ די פֿאָריקע פֿאַרהאַנדלונגען אין זשענעווע, ווען די האַרמאַטן שיסן, שווײַגן — ווי מיר ווייסן — די מוזעס. ווען עס שווײַגן די האַרמאַטן, אַרבעט מעשׂים די פּאָליטיק. אָבער ווען זיי אַלע ווערן אַנטשוויגן — סײַ די האַרמאַטן, סײַ די מוזעס און סײַ אויך די פּאָליטיק — דעמאָלט צעווילדעוועט זיך בײַ אונדז דער ברוטאַלער כוליגאַניזם, וועלכער איז באַפֿרײַט פֿון אַלע העמונגען און פֿון אַלע מענטשלעכקייטן. ס׳איז שווער אין דעם צו גלייבן, אָבער די פֿאַקטן רעדן פֿאַר זיך: דעם 10טן אָקטאָבער האָבן אַרמעניע און טערקײַ אונטערגעשריבן אין דער שווייץ אַן אָפּמאַך וועגן אײַנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, עפֿענען זייערע גרענעצן און באַנײַען די מיטאַרבעט צווישן ביידע לענדער. אַ סך קאָמענטאַטאָרן האָבן שוין צוגעטשעפּעט צו דעם אָפּמאַך דעם נאָמען: "ציריכער פּראָטאָקאָלן" און דערקלערט, אַז אַזוי וועלן זיי שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. די פֿראַגע איז, צי וועלן זיי טאַקע בלײַבן אין דער געשיכטע?
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט וויליאַם בײַערס, אַ קאַנאַדישער פּראָפֿעסאָר, פּובליקירט דאָס בוך "ווי אַזוי די מאַטעמאַטיקער טראַכטן", וואָס לייקנט אָפּ דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, אַז מאַטעמאַטיק איז, כּלומרשט, אַ טרוקענע וויסנשאַפֿט, באַגרינדעט בלויז אויף שטרענגער לאָגיק און קאַלטן שׂכל. דער מחבר באַטאָנט, אַז, פּונקט פֿאַרקערט, אינעם יסוד פֿון דער דאָזיקער חכמה ליגן סתּירות, פּאַראַדאָקסן און צוויידײַטיקייט. ס'איז פּשוט זיך צו חידושן, ווי עס בײַט זיך גיך די אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק, נאָך די ווינטן, וואָס קומען אַרויס פֿון רוסלאַנד. די וואָך האָט הילאַרי קלינטאָן, די מלוכה־סעקרעטאַרין פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזוכט מאָסקווע. ווי עס איז דערוואַרט געווען, איז איר הויפּט־אויפֿגאַבע געווען צו איבערצײַגן די רוסלענדישע פֿירערשאַפֿט צו שטיצן דאָס אָננעמען נאָך שטרענגערע סאַנקציעס קעגן איראַן. וואָס זשע הערן מיר נאָך דער טרעפֿונג מיטן רוסישן אויסערן־מיניסטער סערגיי לאַווראָוו?
בעת מײַן וויזיט אין בעלגיע, דענמאַרק און שוועדן דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט אויף מיר געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק וויפֿל מענטשן פֿאָרן אויף וועלאָסיפּעדן אַנשטאָט מיט אַן אויטאָ. אַפֿילו די חסידים אין אַנטווערפּן פֿאָרן כּסדר אין קראָם, צו דער אַרבעט אָדער אַנדערש־וווּ אויף אַ וועלאָסיפּעד — אָפֿט מאָל מיט אַ קינד אויפֿן הינטערשטן בענקל אָדער מיט אײַנגעקויפֿטער שפּײַז אינעם קויש פֿון פֿאָרנט. בפֿרט ערבֿ־שבת זענען די וועלאָסיפּעדען מיר פֿאַרבײַגעפֿאָרן פֿון אַלע ריכטונגען, יאָגנדיק אַהיים, צו דערליידיקן אַלץ פֿאַר שקיעה. אין סעפּטעמבער 1993, מיט 16 יאָר צוריק, האָבן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זיך קעגנזײַטיק אָנערקענט. יצחק ראַבין און יאַסיר אַראַפֿאַט האָבן זיך אויסגעטוישט מיט בריוו און געדריקט די הענט. דעם 13טן סעפּטעמבער איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן די "פּרינציפּן־דעקלאַראַציע" צווישן ישׂראל און דער פּל״אָ וועגן אויפֿשטעלן אַ פּאַלעסטינער זעלבשטענדיקן רעזשים — אַן אויטאָנאָמיע אין יהודה, שומרון און עזה, ווי אַ צײַטווײַליקע אַדמיניסטראַציע אויף 5 יאָר — און אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען נאָך דרײַ יאָר וועגן אַ פּערמאַנענטער לייזונג פֿון דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. דעם 23סטן אויגוסט 1915 האָט די רוסישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿט "סאָציִאַל-דעמאָקראַט" פֿאַרעפֿנטלעכט וולאַדימיר לענינס אַרטיקל "וועגן דעם לאָזונג פֿון אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אייראָפּע". לענין האָט געטענהט, אַז דעם דאָזיקן רעאַקציאָנערן געדאַנק האָט מען געדאַרפֿט אָפּוואַרפֿן כּל-זמן קאַפּיטאַליזם האָט ניט אויפֿגעהערט צו הערשן אין אייראָפּע. אָבער אַפֿילו סטראַטעגיש האָט ער פֿאַר סאָציאַליסטן ניט געזען קיין זין אין אַזאַ פֿאַראייניקונג, מחמת דער ציל האָט דאָך געמוזט בלײַבן אַן אַנדערער — אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון דער גאָרער וועלט. |
|
















קהילה־לעבן