User loginSearch |
די לעצטע אומרוען אין ירושלים און דאָס סטראַשען מיט אַ נײַער, דריטער אינטיפֿאַדע, האָט זיך גאַנץ גוט געלאָזט פּראָגנאָזירן (לייענט מ. דוניצס אַרטיקל אויף ז' 13). נאָך מער, עס וואָלט אַפֿילו אויסגעזען מאָדנע, ווען די איצטיקע אומרוען וואָלטן נישט געשען. פֿאַרוואָס? מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דער אַלערגישער רעאַקציע פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע אין דער אויטאָנאָמיע אויף די רייד וועגן שאַפֿן אַן "אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מלוכה".
מאַרעק עדעלמאַן: 1919—2009 געשטאָרבן דער לעצטער קאָמאַנדיר פֿון וואַרשעווער געטאָ "אין פּרינציפּ איז דאָס וויכטיקסטע — דאָס לעבן. און ווען עס איז שוין פֿאַראַן דאָס לעבן, איז דאָס וויכטיקסטע די פֿרײַהייט. און דערנאָך גיט מען אַוועק דאָס לעבן פֿאַר דער פֿרײַהייט. דעמאָלט ווייסט מען שוין נישט וואָס איז וויכטיקער". מער פֿון אַ יאָר איז אַדורך זינט דער אויגוסט-מלחמה צווישן גרוזיע און רוסלאַנד, אַזוי אַז די וווּנדן זײַנען נאָך פֿריש פֿון ביידע זײַטן. און די באַשולדיקונגען אויך. ווער איז שולדיק? ווער האָט דעמאָלט אָנגעהויבן דעם מיליטערישן קאָנפֿליקט? ווי אַזוי האָט זיך עס אַנטוויקלט? אויף אָט די און אַנדערע פֿראַגעס פּרוּווט ענטפֿערן דער 1,100־זײַטיקער באַריכט, וועלכן עס האָט צוגעגרייט אַ קאָמיסיע פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. די ימים־נוראָים פֿון דעם נײַעם יאָר תּש״ע זענען שוין בע״ה הינטער אונדז. אַוועק זענען די אָנגעשטרענגטע הכנות אין דעם חודש אלול, אין וועלכן אַחינו־בני־ישׂראל האָבן זיך מכין געווען צו באַגעגענען די פֿאָרכטיקע טעג וואָס קומען באַלד אָן. יעדער איינער פֿון אונדז האָט זיך אַרײַנגעטראַכט, אויף זײַן טראַדיציאָנעלן שטייגער, וועגן די יאָרן וואָס פֿליסן אַזוי שנעל פֿאַרבײַ, אָדער וועגן די טעג ווען ער וועט שטיין פֿאַר דעם בית־דין־של־מעלה און דאַרפֿן אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿאַר דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. איר ווילט דאָך מסתּמא וויסן אין וואָס די אַכצן־דרײַצן האַנדלט זיך? וועל איך פּרובירן דאָס דעשיפֿרירן אין מײַן מוח און אין ווערטער. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז אויף דער וועלט זײַנען פֿאַראַן דרײַ־און־זיבעציק מיליאָן אַנגליקאַנער, איין ביליאָן קאַטוילן, נײַן הונדערט און פֿערציק מיליאָן סוני־מוסולמענער, הונדערט און צוואַנציק מיליאָן שיִאַ־מוסולמענער, דרײַ הונדערט זעקס־און־זיבעציק מיליאָן בודיסטן, זיבעציק מיליאָן באַפּטיסטן, פֿערצן מיליאָן ייִדן, דעם ערשטן אָקטאָבער דאַרף דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אַרומרעדן זייער ווײַטערדיקן באַשלוס מכּוח דער נוקלעאַרער פּראָגראַם פֿון איראַן. אַן ענין, וואָס באַאומרויִקט הײַנט די מערבֿ־וועלט בכלל און ישׂראל בפֿרט. אייגנטלעך, האָט די דאָזיקע פֿראַגע קיין לייזונג נישט. ווי עס ווײַזן אָן די עקספּערטן, אויב אַפֿילו לאָזן אין גאַנג דעם מיליטערישן כּוח און באָמבאַרדירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן, וועט עס נאָר אָפּציִען דאָס שאַפֿן אַ נוקלעאַר געווער אויף דרײַ, פֿיר יאָר.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ רײַזע קיין אייראָפּע, וווּ כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט צוויי קליינע ייִדישע קהילות, און דערבײַ צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מיינט עס הײַנט זיך אויסצולעבן ווי אַ ייִד אין יענע קאַנטן. די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס איך און מײַן מאַן, לייבל, זענען געפֿאָרן אַהין איז געווען צו פּראַווען דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון מײַן שווער, וועלכער וווינט אין מאַלמע — די דריט־גרעסטע שטאָט אין שוועדן. פֿאַר אַ ישׂראלדיקן זשורנאַליסט, וואָס שרײַבט אַ רעגולערן פּעריאָדישן קאָלום פֿאַר זײַן צײַטונג, איז אַ קורצווײַליקער אַרויספֿאָר קיין אויסלאַנד (אויב ער פֿאָרט נישט אין קיין אַמטלעכן שליחות) — ווי דו וואָלסט זיך אַרויסגעקראָגן פֿון אַ ראָיענדיקן בינשטאָק: עס עפֿנט זיך פֿאַר דיר די ברייטע וועלט, אָבער דו ווערסט אויף דער קורצער ווײַלע אָפּגעריסן פֿונעם לאַנד. דער פֿאַרגאַנגענער סעפּטעמבער-חודש איז געווען ממש אָנגעזעטיקט מיט געשעענישן אין אינטערנאַציאָנאַלן פּאָליטישן לעבן. ס׳איז גענוג זיך דערמאָנען וועגן דער גענעראַל-אַסאַמבלעע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, מיט צענדליקער פּרעזידענטן, פּרעמיער-מיניסטאָרן און מלכים קאָנצענטרירט אין איין אָרט, און די פּיטסבורגער צונויפֿקומעניש פֿון די פֿירער, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט די צוואַנציק פֿירנדיקע מדינות. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט בולט — און ווייטיקדיק — געוויזן, ווי ענג זײַנען אַלע פֿאַרבונדן. ווער עס וויל האָבן אַ גוטן שם אויף דער וועלט, דער דאַרף זיך דערווײַטערן פֿונעם חשש פֿון ייִדישיזם. בײַ אינטעלעקטואַלן וועט מען אים/איר אָדער אויסלאַכן, אָדער אָנקוקן מיט רחמנות־בליקן, אָדער ביידע אין איינעם, ווײַל אַזוינס איז דאָך אַפּנים בײַ לײַטן באמת בלויז צו לאַכן אָדער צו וויינען. מען וועט אײַך פּשוט ניט נעמען ערנסט, ווײַל דער ענין ייִדישיזם איז אי ניט דעפֿינירט, אי האָפֿענונגלאָז! מיר טוט עס וויי, ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישיסטישער היים און בין אין משך פֿון מײַן גאַנצער יוגנט געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישיסט. טאָג און נאַכט זאָגט מען אונדז אָן וויפֿל און וועמען די שווײַן־עפּידעמיע וועט פֿאַרצוקן, און ווי אַזוי מען דאַרף זיך ספּראַווען מיט איר. די וועלט איז הײַנט אַ פּרוזדור, אַ דורכפֿאָר־סטאַנציע, אַ וואָקזאַל. ס׳איז אַ גלאָבאַלער דורכפֿאָר־הויז. מענטשן קומען, מען ציילט זייער באַגאַזש, מען קוקט אַדורך זייערע דאָקומענטן, מען טוט זיי אויס די שיך. אָבער ווען עס קומט צום געזונט, מאַכט מען נישט קיין אויספֿאָרשונג. ווער ווייסט וואָס זיי ברענגען אַרײַן אין לאַנד, וועלכע אָנשטעקנדיקע קראַנקייטן, וועלכע מיקראָבן און אַלערליי כאָלערעס. נאָך פֿאַר דער טרעפֿונג פֿון דער "טרויקע" אין ניו־יאָרק: פּרעזידענט אָבאַמאַ, פּרעמיער נתניהו און דער הויפּט פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע מאַכמוד אַבאַס — האָבן די וואָרטזאָגער פֿון "ווײַסן הויז" דערקלערט, אַז קיין "גרויסע האָפֿענונגען" אויף דער טרעפֿונג לייגט מען נישט; סײַדן עס וועט זײַן אַן אָנהייב, נאָך אַן איבעררײַס פֿון קנאַפּע נײַן חדשים, פֿון ווײַטערדיקע טרעפֿונגען און פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער ישׂראל־ און פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט. אַזוי האָט דערקלערט דער פֿאָרשטייער פֿון אָבאַמאַס אַדמיניסטראַציע, ראָבערט גיבס. |
|
















קהילה־לעבן