User loginSearch |
דער זונטיק-נומער פֿון דער "ניו-יאָרק טײַמס", וואָס איז אַרויס דעם 13טן סעפּטעמבער, האָט באַקאַנט זײַנע לייענער מיט דער אָרגאַניזאַציע, וועלכע הייסט J Street ("דזשיי-גאַס"). די רייד גייט וועגן אַ נײַ — אין גאַנצן איין יאָר אַלט — קול אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס; און דער נאָמען אַליין באַטאָנט די נײַקייט פֿונעם דאָזיקן קול: קיין "דזשיי-גאַס" עקזיסטירט ניט אין וואַשינגטאָן. עטלעכע מחשבֿות און אײַנדרוקן ניטאָ אין דער גאָרער ייִדישער וועלט אַזאַ שטאָט, וווּ מען פֿילט זיך אין די איצטיקע טעג אַזוי טיף־עמאָציאָנעל, ווי אין ירושלים. גענוג בלויז צו הערן, דאָס קול פֿונעם שמשׂ אין די נאָך־פֿינצטערע שעהען פֿון דעם פֿרימאָרגן: "ייִדן שטייט אויף צו סליחות!" און דעם הילכיקן קלאַנג פֿון דעם שופֿר, וואָס זאָגט אָן, אַז ייִדן זאָלן אָנהייבן "זיך מכין צו זײַן" צו די טעג פֿון יום־הדין און חשבון־הנפֿש, וואָס רירן און וועקן אויף אַ ציטעריקע סטרונע טיף אין האַרצן. די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן דריקט אויס איר אומרו אין שײַכות מיט דער דערקלערונג פֿונעם ווענעזועלער פּרעזידענט כוגאָ טשאַוועס, אַז דער קרעדיט אין 2.2 ביליאָן דאָלאַר, וואָס ער האָט אויסגעשנאָרעט בײַ זײַן רוסלענדישן קאָלעגע און פֿרײַנד, דמיטרי מעדוועדיעוו, בעתן לעצטן באַזוך אין מאָסקווע, וועט אויסגעניצט ווערן אויף צו קויפֿן בײַ רוסלאַנד סאָפֿיסטיקירט געווער, דהײַנו: 92 טאַנקען T-72, רעאַקטיווע סיסטעמען "סמערטש" און די קעגנראַקעטן־קאָמפּלעקסן C-300. דער פּאָליטישער יאַריד אין ישׂראל האָט פֿאָריקע וואָך געקאָכט און געפֿיבערט מיט נתניהוס מיסטעריעזן פֿאַרשווינדן פֿון דעם סדר־היום אויפֿן לוח פון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע. אַלע פֿאַראינטערעסירטע — מ׳קען זאָגן, דאָס גאַנצע לאַנד, די זשורנאַליסטן און דער מלוכישער, פּאַרטיייִשער און דער געזעלשאַפֿטלעכער, יאַריד — אַלע האָבן יענעם טאָג זיך געבראָכן דעם קאָפּ און פּרובירט לייזן דאָס רעטעניש: וווּהין איז נעלם געוואָרן דער שיפֿס־קאַפּיטאַן פֿון דער מדינה, דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו? אויף גאַנצע פֿערצן שעה. פֿאַראַיאָרן, אין נאָוועמבער, קורץ נאָך די פּרעזידענט־וואַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין פּאַריז. אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט האָט זיך ממש געוואָרפֿן אין די אויגן די צאָל פּאָרטרעטן פֿון באַראַק אָבאַמאַ — ער האָט פֿון אַלע זײַטן געקוקט אויף די פּאַריזער אײַנוווינער און, אַזעלכע ווי איך, פֿאַרבײַפֿאָרער. אין מײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט האָט זיך פֿון יענע טעג אָפּגעהיט אַ בילד, וואָס איך האָב געמאַכט שוין אויפֿן צפֿון-וואָקזאַל, Gare du Nord, פֿון וואַנען אַ באַן האָט מיך אַריבערגעפֿירט קיין לאָנדאָן.
זיבעציק יאָר זײַנען פֿאַרבײַ זינט ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. די לעצטע וועטעראַנען פֿון דעם העלדישן און בלוטיקן קאַמף קעגן די נאַציס גייען אַוועק און טראָגן מיט זיך אַוועק אין דער אייביקייט פֿילצאָליקע אוניקאַלע זכרונות, וועלכע זײַנען אין ערגעץ ניט פֿאַרנאָטירט אָדער ניט באַשריבן געוואָרן. מיר, זייערע נאָענטע, קערן זיך אום צו דעם, וואָס לעבט נאָך אין אונדזער זכּרון פֿון זייערע דערציילונגען און בריוו פֿון פֿראָנט. ווען מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט אונדזער משפּחה אין רחובֿות באַגלייט אין איר לעצטן וועג מײַן עלטערע שוועסטער, ד״ר איזאַבעלע פּינקוס ז״ל (פֿון דער היים פֿײַגענבערג), האָב איך אין מײַן אַרכיוו געפֿונען אירע בריוו פֿון פֿראָנט און מײַן אייגענע סקיצע וועגן איר, געשריבן דעמאָלט אין ייִדיש. דזשעני מערקין, איינע פֿון מײַנע אַמאָליקע סטודענטקעס, האָט זיך ווידער רעגיסטרירט און גענומען אַ סעמעסטער מיט מיר. יענע וואָך האָט זי מיר דערלאַנגט אַן אַרבעט, באמת אַ גאַנצע שטודיע וועגן איר משפּחה וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געוווינט אין פּוילן, אַריבער קיין דײַטשלאַנד און צום סוף קיין בעלגיע. זי דערציילט אַז אין 1940, ווען די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן בעלגיע, דעם זעלבן פֿרײַטיק, האָט איר זיידע, זײַן עלטערער ברודער, עלטערע שוועסטער, זייערע עלטערן, די באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד, שוין אַ היפּש ביסל צײַט ווי אַרום דער פֿראַכטשיף Arctic Sea גייען אום לעגענדעס, ענלעך צו די אַלטע פּיראַטן־מעשׂיות וועגן די געשפּענסט־שיפֿן, וואָס וואַנדערן איבער די ימען־אָקעאַנען, און קיינער קאָן אויף זיי נישט אָנטרעפֿן. אין הײַנטיקע צײַטן זײַנען מיר שוין געוווינט געוואָרן, אַז ים־פּיראַטן זײַנען ווײַט נישט קיין פֿאַרשוווּנדענע פּערסאָנאַזשן; וואָס שייך געשפּענסט־שיפֿן, האָט די געשיכטע אַרום דער Arctic Sea, וואָס איז פּלוצעם און אויף אַ גאָר סודותפֿולן אופֿן פֿאַרשוווּנדן געוואָרן סוף יולי, זיך אַרויסגעוויזן, אַז אויך איצט איז נישט אויסגעשלאָסן אַזאַ דערשײַנונג, ווי אַ געשפּענסט־שיף. איך שרײַב עס נאָך דעם דורכקוקן, מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג פֿון עטלעכע טעג, אַ דאָקומענטאַלן פֿילם, וואָס די רוסישע טעלעוויזיע האָט געוויזן דעם 31סטן אויגוסט. דער פֿילם הייסט "צי האָט סטאַלין געקענט אָפּשטעלן היטלערן?" דער ציל פֿון אָט דעם "ווערק", ווי אויך פֿון אַ סך פּובליקאַציעס אין רוסישע צײַטונגען, איז אַ קלאָרער, דהײַנו: ריינצוּוואַשן סטאַלינען און, בכלל, דעם סאָוועטישן רעזשים; צו ווײַזן, אַז סטאַלין האָט, נעבעך, פּשוט קיין ברירה ניט געהאַט ווי זיך צונויפֿרעדן מיט היטלערן. ער האָט באַשלאָסן עס צו טאָן, מחמת ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און פּוילן האָבן יאָר-אײַן יאָר-אויס געשפּילט אַ מיאוסע שפּיל פֿון פּרוּוון אָנרייצן דײַטשלאַנד קעגן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. עס איז שוין אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע אין אונדזער מדינה, אַז ווען עס דערנענטערט זיך צו זײַן סוף דער הייסער אויגוסט־חודש, און דער קאַלענדאַר זאָגט אָן דעם אָנקום פֿון דעם 1טן טאָג פֿון סעפּטעמבער, הייבן זיך אָן אומעטום די פֿיבערדיקע און פֿלײַסיקע הכנות צו דעם נײַעם לערן־יאָר. די געשעפֿטן ווערן באַלאַגערט מיט משפּחות און קינדער, וואָס קויפֿן אײַן די לערנביכער, העפֿטן און אַנדערע נייטיקע מאַטעריאַלן און צודאַטן פֿאַר די נאָענטע לימודים אין קלאַס און אין דער היים. דעם ערשטן סעפּטעמבער, מיט 70 יאָר צוריק, האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. לעצטנס, גייט אָן אַ שאַרפֿער וויכּוח, ווער איז מער שולדיק אין דעם, אַז די מלחמה האָט אויסגעבראָכן און דער ערשטער קרבן פֿון דער בלוטיקסטער שחיטה איז געפֿאַלן פּוילן. פּוילן באַשולדיקט דעם סטאַליניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט געשלאָסן מיט היטלער־דײַטשלאַנד דעם שעדלעכן "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו פּאַקט" און דערמיט צעבונדן היטלערן די הענט. דעם גאַנצן קאָסמאָס, וואָס האָט זיך פֿאַר אונדז, ווייניקסטנס, קאָנצענטרירט אַרום דעם "פּלאַנעט אוישוויץ". די פֿאָרמעלע געשיכטע ווערט געבויט אויף פֿאָרמעלע דאַטעס ווי זײַלן פֿון אַ פֿונדאַמענט, אויף וועלכן עס ווערט געבויט אַ בנין. עס איז אָבער אַ באַוווּסטע זאַך, אַז היסטאָרישע געשעענישן זענען, געוויינטלעך, אַ רעזולטאַט פֿון אָנגייענדיקע פּאָליטישע פּראָצעסן, פֿון אַנטוויקלונגען, וואָס פֿאַרוואַנדלען דעם געגעבענעם מאָמענט אין אַ מאָמענטום, און דינען ווי אַ סיבה פֿאַר אַ נײַער היסטאָרישער אַנטוויקלונג, ווי אַ נײַער רינג אין דער קייט וואָס רופֿט זיך געשיכטע. |
|















קהילה־לעבן