User loginSearch |
עס איז זייער קלאָר, אַז ישׂראלס הויפּט־דאגה איז איראַן: ביז נישט לאַנג צוריק איז עס פֿאַרבונדן מיט די אַנטוויקלונגען אויף דעם איראַנישן נוקלעאַרן געביט. לעצטנס, זענען צוגעקומען די אַנטוויקלונגען פֿון איראַנס קאָסמאָס־פּראָגראַם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר פּרוּוו צו שיקן אַ סאַטעליט אינעם קאָסמאָס; אַ געביט, אין וועלכן עס זענען ביז איצט געווען נאָר 8 לענדער, ישׂראל צווישן זיי. מע רעשט שוין אַ גאַנצע וואָך אַרום דעם אַנטיסעמיטישן אַרטיקל אין דער "געלער", פּראָ־נאַצישער צײַטונג Aftonbladet, וואָס גייט אַרויס אין שוועדן. מה־רעש? אין דער דאָזיקער צײַטונג האָט איר זשורנאַליסט, דאָנאַלד באָסטריאָם, אָפּגעדרוקט אַ ידיעה, אַז די ישׂראל־סאָלדאַטן האָבן פֿון די דערהרגעטע פּאַלעסטינער טעראָריסטן אַרויסגענומען זייערע אבֿרים, כּדי זיי ווײַטער אויסצונוצן אין ישׂראל. אַ מעשׂה, פֿאַרמישט אויף די הײַנטיקע שוידער־פֿילמען וועגן וואַמפּירן און סעריאַלע־־מערדער, און דעם אַלטן בלוטיקן בילבול. סײַ דאָס ערשטע און סײַ דאָס צווייטע זײַנען פּאָפּולער און פֿאַרשפּרייט בײַם פּראָסטן המון אין אַלע לענדער. אין די לעצטע חדשים האָב איך שוין עטלעכע מאָל באַשריבן די דעמאָנסטראַציעס און צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי, צווישן די עקסטרעמע חרדישע גרופּעס פֿון מאה־שערים און אַנדערע פֿרומע, רעליגיעזע געגנטן, קעגן דעם ראָש־העיר (בירגערמײַסטער) פֿון ירושלים ניר ברקת (באַרקאַט), פֿאַר זײַן באַשלוס צו דערלויבן די הונדערטער אויטאָס, וואָס קומען שבת און יום־טובֿ קיין ירושלים, צו פּאַרקן אין דעם "קרתּא"־פּאַרקפּלאַץ, נאָענט צו דעם שער־יפֿו. עס מאַכט זיך צו מאָל אַזוי: אַ ייִשובֿ, וועגן וועלכן כּמעט קיינער האָט ניט געהערט, פֿאַרנעמט פּלוצעם אַן אָרט אין דער געשיכטע. אַזאַ זאַך איז לעצטנס געשען מיט דער רוסישער שטאָט פּיקאַליאָוואָ אין דער לענינגראַדער געגנט. (דאָס איז איינער פֿון די מאָדנע דערשײַנונגען אין דער איצטיקער רוסישער געאָגראַפֿיע: די שטאָט לענינגראַד רופֿט מען הײַנט — ווי אַ מאָל — פּעטערבורג, אָבער די געגנט אַרום דער שטאָט טראָגט נאָך אַלץ לענינס נאָמען.) ס׳רובֿ פֿון די בערך 22 טויזנט תּושבֿים פֿון פּיקאַליאָוואָ ציִען זייער חיונה פֿון דרײַ פֿאַבריקן, וואָס אַרבעטן אויס צעמענט און אַנדערע בוי-מאַטעריאַלן. האָבן די דאָזיקע פֿאַבריקן זיך אָפּגעשטעלט.
מיט דרײַ חדשים צוריק האָט דער רוסישער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו געשאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע מיט אַן אומגעלומפּערטן נאָמען: "ניט דערלאָזן די פּרוּוון פֿון היסטאָרישע פֿאַלסיפֿיקאַציעס צו ברענגען שאָדן די אינטערעסן פֿון דער רוסישער פֿעדעראַציע". די קריטיקער פֿון דעם איצטיקן רעזשים האָבן זיך גלײַך געכאַפּט, אַז דער ציל פֿון דער קאָמיסיע איז ניט אָפּצוהיטן די געשיכטע פֿון כּל־מיני פֿאַלסיפֿיקאַציעס, די פֿאַרגאַנגענע וואָך זײַנען נאָך שאַרפֿער געוואָרן די דעבאַטן אַרום דער נײַער שיטה פֿון מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג, וואָס עס לייגט פֿאָר דער פּרעזידענט אָבאַמאַ; אַרום אירע "פּלוסן" און "מינוסן", ווען די זאָרג פֿאַרן אַמעריקאַנער חולה נעמט אויף זיך די מלוכה, מיט איר גאַנצער ביוראָקראַטישער קראַפֿט. אין תּוך גערעדט, דערמאָנען די דאָזיקע דעבאַטן אַ מין המשך פֿון דער פּרעזידענט־קאַמפּאַניע, אין וועלכער דער פֿאַרשפּילטער צד, די רעפּובליקאַנער, באַמיִען זיך איצט נוקם צו זײַן אין די דעמאָקראַטן.
די יערלעכע קאָנפֿערענצן, וואָס קומען פֿאָר אין מאָסקווע אונטער דער השגחה פֿונעם אַקאַדעמישן צענטער "ספֿר" יעדן ווינטער זינט אָנהייב 1990ער יאָרן, זײַנען זיך שוין לאַנג קונה־שם געווען ווי דער גרעסטער און וויכטיקסטער אַקאַדעמישער פֿאָרום פֿון ייִדישע לימודים אין מיזרח־אייראָפּע. די רעפֿעראַטן פֿון די קאָנפֿערענצן ווערן כּסדר פֿאַרעפֿנטלעכט, און הגם ניט אַלע פֿון זיי זײַנען אויף דעם געהעריקן אַקאַדעמישן ניוואָ, דינען די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווי אַ וויכטיקער סטימול צו דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם אַקאַדעמישן געביט, וואָס איז געווען פּראַקטיש פֿאַרווערט אונטער דער סאָוועטישער מאַכט. מיר זײַנען שוין געוווינט, אַז אין די שלאַבערדיקע הייסע זומער־חדשים, ווען די פּאָליטיק (אויב עס ברעכט נישט אויס קיין מלחמה) געפֿינט זיך לרובֿ אויף "וואַקעישן" — באַלעוועט געוויינטלעך די געזעלשאַפֿטלעכע הפֿקרות. זי איז אָבער זעלטן ווען געווען אַזוי אינטענסיוו און האָט זעלטן ווען דערגרייכט אַזאַ "הויכע" מדרגה, ווי אין די איצטיקע טעג, אין וועלכע עס ווילדעוועט דער ברוטאַלער כוליגאַניזם אינעם ייִדישן לאַנד. און דאָס געשעט איצט, ווען די רעגירונג פֿון ישׂראל פֿאַרלאַנגט פֿון די פּאַלעסטינער און פֿון די אָראַבישע שכנים זיי זאָלן אָנערקענען דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון מדינת־ישׂראל, ווי אַן אולטימאַטיוון באַדינג צום באַנײַען מיט זיי די פּאָליטישע געשפּרעכן. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז אין דעם "טיוב", ווי די לאָנדאָנער תּושבֿים רופֿן זייער אונטערבאַן, האָב איך זיך ניט אַראָפּגעלאָזט אין משך פֿון עטלעכע יאָר. געוויינטלעך קום איך קיין לאָנדאָן מיט אַן אויטאָ, צו די קינדער. אַן אויטאָבוס האָט פֿון מאָל צו מאָל געלייזט מײַנע פּראָבלעמען פֿון פֿאָרן ערגעץ אין צענטער, וווּ ס׳איז משוגע טײַער איבערצולאָזן אַן אויטאָ. אָבער דעם זומער האָב איך אַ פּאָר מאָל יאָ גענוצט דעם "טיוב" און האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז די דאָזיקע אַלטע טראַנספּאָרט-נעץ איז ניט צו פֿאַרגלײַכן בעסער פֿון דער ניו-יאָרקער אונטערבאַן. אַ גרופּע פֿאָרשער אין חיפֿהר אוניווערסיטעט האָבן לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַן אינטערעסאַנטע שטודיע, וואָס באַווײַזט, אַז ווען מענטשן רעדן אַ פֿרעמדע שפּראַך, און אידענטיפֿיצירן זיך מיטן פֿאָלק, וואָס רעדט די שפּראַך, וועלן זיי מיט דער צײַט אַנטוויקלען אַ בעסערן אַקצענט. די פֿאָרשער האָבן שטודירט דרײַ גרופּעס מענטשן, וועלכע וווינען אין ישׂראל. אַלע באַטייליקטע האָבן געהערט צום זעלבן סאָציאָ־עקאָנאָמישן קלאַס. מיט אַ יאָר צוריק, אין דער זעלבער צײַט, איז אויסגעבראָכן דער בליץ־קריג צווישן רוסלאַנד און גרוזיע. הונדערטער מענטשן פֿון ביידע צדדים זײַנען דערהרגעט געוואָרן, טויזנטער זײַנען געבליבן אָן אַ דאַך און אָן אַן אָרט צום וווינען. מאָסקווע, ווען ס׳האָבן נאָך גערויכערט די רויִנירטע בנינים, האָט שוין אָנערקענט די צוויי סעפּאַראַטיסטישע ראַיאָנען — דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, וואָס זײַנען אַדמיניסטראַטיוו געווען טיילן פֿון גרוזיע — ווי אומאָפּהענגיקע מלוכות.
...צוזאַמען מיט נאָך אַן אָפֿיציר, אויך אַ לייטענאַנט, האָבן מיר בײַנאַכט בשלום דורכגעפּויזנט אונטער שטעכלדראָט און זיך דערקליבן צו עפּעס אַ נידעריקן מויער. פּלוצעם איז מײַן שותּף אין דער אויסשפּיר-אָפּעראַציע אויפֿגעשטאַנען, האָט אַ פֿאָכע געטאָן מיט די הענט און איז אַוועק אין דער ריכטונג, וווּ עס האָט זיך פֿאַרגראָבן דער שׂונא. איך האָב באַשלאָסן, אַז מע דאַרף זיך וואָס גיכער אָפּטראָגן. בין איך אַוועק צוריק, צו אונדזערע. |
|


















קהילה־לעבן