User loginSearch |
פֿון דעם 2טן ביזן 6טן אויגוסט איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אויף דעם קאַמפּוס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, דער 15טער וועלט־קאָנגרעס פֿאַר ייִדישע וויסנשאַפֿטן. דער ערשטער איז פֿאָרגעקומען חנוכּה 1924, און זינט דאַן, מיט געוויסע איבעררײַסן, קומען זיך צונויף אין ירושלים יעדע פֿיר יאָר, אַקאַדעמיקער, פֿאָרשער און געלערנטע אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט, אָפּצוגעבן באַריכטן און דיסקוטירן די פֿאַרשיידענע אַספּעקטן און רעזולטאַטן פֿון זייערע פֿאָרש־אַרבעטן. כ׳ווייס נישט צי איך האָב אײַך אַמאָל דערציילט, נאָר מײַן שוועגערין איז געווען אַ שווערער פּאַסאַזשיר; און מיט שווער, מיין איך נישט בלויז איר שווערע וואָג, נאָר איר טראַגיש לעבן, פֿון וועלכן זי איז קיין מאָל נישט אַרויסגעקומען מיט גאַנצע ביינער. נאָך דער מלחמה, וווּ זי האָט זיך געראַטעוועט על־פּי נס, איז זי פֿון איר שטעטעלע קאַשאָו אין די קאַרפּאַטן, אַוועק קיין בערעקסאַס, וווּ עס האָט זיך אויך אָפּגעזוכט איר פֿרומער, אָדער בעסער געזאָגט, קרומער, טאַטע. נישט ווײַל ער איז געווען קרום, חלילה, נאָר זײַן פֿרומקייט איז געווען אַ קרומע. זי האָט אויך געפֿונען איר ברודער. יאָ, גאָט האָט טאַקע באַשאַפֿן דעם מענטש אין זײַן געשטאַלט, אָבער אין אָן אַ שיעור וואַריאַנטן, אין אָן אַ שיעור קאַטעגאָריעס איינע אַנדערש פֿון דער אַנדערער. און זינט די שלאַנג האָט זיך באַוויזן און האָט אָנגעשטעקט דעם צניעותדיקן זיווג מיטן ביטערן סם פֿון זיסן גלוסט און לײַדנשאַפֿט, האָבן אדם און חוה זיך געזיווּגט זינט זיי זענען אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן אויף זייער אייביקן גלות. זייערע קינדער און קינדס־קינדער האָבן זיך געמערט און געכּפֿלט — און דער מין מענטש איז געוואָרן אַ מענטשהייט. אַזוי ווי בײַ אונדז אינעם "פֿאָרווערטסקרײַז" זענען קיין גרעסערע פּראָבלעמען פֿון ייִדיש ניט פֿאַראַן, און היות ווי בײַ אונדז אַליין גייט ייִדיש בדרך־כּלל "מיט דער פּוטער אַרויף" איז בײַ אונדז געוואָרן אַ מין צײַטפֿאַרטרײַב זיך צו טשעפּען צום אַ"ג "חסידישן ייִדיש". משמעות, אַז אויב בײַ זיי איז שלעכט ווערט דערפֿון אַליין בײַ אונדז אַ ביסעלע בעסער! איז אָבער די אמתע מעשׂה גאָר אַן אַנדערע: זייער ייִדיש איז גאָר ניט אַזוי שלעכט (לכל־הפּחות, ניט דער געדרוקטער) און טאָמער יאָ, כ׳האָב אַמאָל געקענט אַ חבֿרה־מאַנטע, וועלכע איז כּסדר אַרומגעלאָפֿן איבער בויבעריק, אַן אַמאָליקע ייִדישע זומער־קאָלאָניע אין פּאָקיפּסי, ניו־יאָרק, און געשריגן: "געוואַלד ייִדן! כ׳האָב פֿאַרלוירן מײַן שמואל ב׳, אפֿשר האָט עמעצער געזען מײַן שמואל ב׳?" פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ פֿון די בויבעריקאַנער האָבן נישט געהאַט די מינדסטע אַנונג וואָס דאָ קומט פֿאָר און וואָס די גרויסע רביצין האַקט אַ טשײַניק. האָט איינע זי אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט: אָנהייב וואָך האָט אין ישׂראל זיך אַראָפּגעלאָזט אַ פֿאַרשטאַרקטער דיפּלאָמאַטישער דעסאַנט פֿון אַמעריקע: צווישן זיי — פּרעזידענט אָבאַמאַס שליח דזשאָרדזש מיטשעל און דער שוץ־מיניסטער ראָבערט גייטס. יעדער פֿון זיי איז געקומען מיט זײַן אייגענעם צוועק, וואָס שפּיגלט אָפּ די פּריאָריטעטן פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע: די פֿראַגע פֿון בויען נײַע ייִשובֿים אין מיזרח־ירושלים און אויפֿן מערבֿ־ברעג; און די פֿראַגע פֿון איראַנס נוקלעאַרער פּראָגראַם. אין דעם לייט־אַרטיקל פֿון דעם לעצטן "פֿאָרווערטס" (פֿון יולי 24—30) אונטערן קעפּל "כוליגאַניזם איז ניט קיין אמונה", רעאַגירט דער רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער שאַרף און אויסדריקלעך, אויף די הפֿקרדיקע און ביטערע געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין מאה־שערים־ און גאולה־קוואַרטאַלן, אויף דעם בר־אילן־שאָסיי, בײַ דעם ספֿרא־סקווער, נעבן דער ירושלים־מוניציפּאַליטעט, אויף ממילא־גאַס, נעבן דעם יפֿו־טויער און אין אַנדערע רעליגיעזע גאַסן און געסלעך פֿון דער הייליקער שטאָט. דער איטאַליענישער פּרעמיער-מיניסטער סילוויאָ בערלוסקאָני האָט פֿעסט פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿונעם הויפּט-קלאַון אין דער הײַנטיקער אייראָפּע. מע דרוקט שוין די טעקסטן פֿון זײַנע שמועסן מיט איינער פֿון די פֿרויען, וועלכע האָבן מיט אים (כּלומרשט) פֿאַרבראַכט אַ צײַט אין זײַן בעט — אַ מתּנה (כּלומרשט) פֿון וולאַדימיר פּוטין. די לאָנדאָנער "טײַמס" האָט געעצהט די סאַמע מושפּעדיקע לייענער פֿון אָט די שפּאַנענדיקע טראַנסקריפּטן זיי זאָלן ניט גיין ווײַטער פֿון דעם סאַמע אָנהייב, ווען דער גאַסטגעבער (פֿאָרט אַ זײַדענע נשמה!) נאָך איין פּאָליטישער סקאַנדאַל איז אויסגעבראָכן צווישן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און רוסלאַנד. געשען איז עס נישט צוליב אַ הײַנטיקן ענין, נאָר צוליב אַן ענין, וואָס איז שוין אַרײַן אין דער געשיכטע. וואָס איז געשען? נישט לאַנג צוריק, דעם 3טן יולי, האָט די פּאַרלאַמענט־אַסאַמבלעע פֿון דער זיכערהייט־אָרגאַניזאַציע און מיטאַרבעט אין אייראָפּע, אָפּגעשטימט פֿאַר אָנצונעמען די רעזאָלוציע, וועלכע שטעלט אויף איין ברעט דעם נאַציזם און סטאַליניזם, און האָט פֿאָרגעלייגט צו דערקלערן דעם 23סטן אויגוסט (אין דעם טאָג איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער פּאַקט פֿון "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו" און דער געהיים־פּראָטאָקאָל, ווי אַ צוגאָב) ווי אַן אָנדענק־טאָג לזיכּרון אַלע קרבנות פֿון די ביידע רעזשימען. מיט קרובֿ דרײַסיק יאָר צוריק, ווען איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס", האָבן מענטשן געהאַט ספֿקות צי איך שרײַב די געדרוקטע אַרטיקלען. האָט מיר איינער אַרײַנגעלאַכט אין פּנים: "מסתּמא שרײַבט דײַן מאַן דײַנע אַרטיקלען פֿאַר דיר." אַ צווייטער האָט מיט אַ חוזקל אויף דער נאָז צוגעגעבן: "מסתּמא שרײַבט דײַן טאַטע דײַנע אַרטיקלען." אין דעם פֿרילינג-זמן האָב איך מיט סטודענטן געלערנט אַ קורס וועגן סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע. האָבן מיר גערעדט, פֿאַרשטייט זיך, אויך וועגן דעם חורבן. איך האָב זיי געגעבן צו לייענען אַ ליטעראַריש ווערק (אויסצוגן פֿון אַנאַטאָלי קוזנעצאָווס ראָמאַן) און צו קוקן אַ פֿילם וועגן באַבי יאַר — דער שחיטה אין קיִעוו אין סעפּטעמבער 1941. איך דערקלער דאָ דעם באַגריף "באַבי יאַר", ווײַל איך ווייס ניט, צי אַלע לייענער האָבן וועגן דעם געהערט. רעליגיעזער פֿאַנאַטיזם, ווי אַן אויסדרוק זיך קעגנצושטעלן די אַלגעמיינע נאָרמען פֿון אויפֿפֿיר אין אַ סעקולערער געזעלשאַפֿט, האָט באמת איין פּנים און פּוצט זיך אין די זעלבע בגדים — צי זאָלן דאָס זײַן פֿאַנאַטיקער צווישן די חרדים, אָדער קריסטן פֿון אַלע מינים, אָדער איסלאַמיסטן אונטער די גרינע פֿאָנען פֿון "טויט די פֿרעמדע!" |
|















קהילה־לעבן