User loginSearch |
צווישן די ערשטע ערטער, וואָס אַלע טוריסטן באַזוכן הײַנט אין ירושלים איז דער כּותל־מערבֿי, און אָפֿט מאָל דערציילן זיי שפּעטער, אַז דאָס איז געווען דער הויכפּונקט פֿון זייער נסיעה; אַ געוואַלדיקע איבערלעבונג. אַפֿילו די נישט־ייִדן לייגן אין די שפּאַלטן פֿונעם כּותל אַרײַן אַ קוויטל מיט זייערע פּריוואַטע בקשות צום אייבערשטן, און דריקן אויס זייער וווּנדער און דרך־ארץ פֿאַר דעם הייליקן אָרט בײַ ייִדן. אַ זשורנאַליסט, ווי אויסטערליש דאָס זאָל נישט קלינגען, איז פֿון אַ סך שטאַנדפּונקטן געגליכן צו אַ דאָקטער: וואָס זײַן פּערזענלעכער וועלט־באַנעם זאָל נישט זײַן, איז ער פֿריִער פֿון אַלץ פֿאַרפֿליכטעט צום אמת. אַזוי ווי אַ דאָקטער, וואָס איז געבונדן צו זײַן אַזוי־גערופֿענער היפּאָקראַטעס־שבֿועה, וועלכע פֿאַרפֿליכטעט אים צו באַהאַנדלען אויפֿן זעלבן אופֿן יעדן קראַנקן אָדער פֿאַרוווּנדעטן, אומאָפּהענגיק פֿון זײַן פּערזענלעכן שײַכות צו אים — אַזוי איז אויך דער זשורנאַליסט פֿאַרפֿליכטעט לגבי די פֿאַקטן, אויף וועלכע ער פֿאַררופֿט זיך, און צו דעם "אָביעקטיוון אמת", אויף וועלכן ער באַזירט זײַן באַשרײַבונג. דער גורל האָט געגעבן רוסלאַנד אַ שיין ביסל מינעראַל-רעסורסן. דאָס העלפֿט גוואַלדיק דער מלוכה אָנצוהאַלטן איר שווער-זשיפּענדיקע עקאָנאָמיע אין אַ מצבֿ, ווען זייער אַ קליינער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג לעבט אַ טאָג, און די איבעריקע באַקומען אויך קרישקעס פֿון דעם פֿעטן פּיראָג, וואָס ווערט אויסגעבאַקן פֿון אַזעלכע אינגרעדיענטן ווי נאַפֿט און גאַז. איז, דאַכט זיך, גוט!
אַפֿילו וווינענדיק אין ארץ־ישׂראל בין איך נישט געקומען אַזוי נאָענט צו אַן אַקט פֿון טעראָר ווי דאָ, אין ריווערדייל. אויף דער דערבײַיִקער גאַס געפֿינען זיך די ביידע שילן, וווּ די היימיש געמאַכטע טעראָריסטן האָבן געהאַט בדעה אויפֿצורײַסן ביידע ייִדישע אינסטיטוציעס. שכנים, גוטע־פֿרײַנד און באַקאַנטע זײַנען מיטאַמאָל דערשיטערט געוואָרן. ווי קען דאָס זײַן? ממש אויף אונדזער שוועל? זיי האָבן זיך ביז אַהער געפֿילט געזיכערט פֿונעם איסלאַמיש־ראַדיקאַלן טעראָר. מיטאַמאָל האָט זיי אַ טיאָכקע געטאָן אונטערן לעפֿעלע. מאָנטיק, דעם 13טן יולי, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן אין זײַן קאַנצעלאַריע מיט 16 פֿירער פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע. ווי עס גיט איבער די פּרעסע־דינסט פֿונעם "ווײַסן הויז" זײַנען בעת דער טרעפֿונג אַרומגערעדט געוואָרן די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און ישׂראל. ס‘איז נישט קיין סוד, אַז זינט פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט איבערגענומען די מאַכט, טראָגן די דאָזיקע באַציִונגען אַן אָנגעשטרענגטן כאַראַקטער, אין די לעצטע יאָרן האָט זיך אַנטוויקלט אַ מאָדע אויף ייִדישע מוזייען. יעדע אָנשטענדיקע שטאָט דאַרף אומבאַדינגט האָבן אַן אייגענעם ייִדישן מוזיי, און דווקא מיט אַ נײַער קאָנצעפּציע. ביז דעמאָלט זײַנען ייִדישע מוזייען געווען גאָר סטאַטעטשנע אינסטיטוציעס. די אויסשטעלונג אין אַזאַ מוזיי פֿלעגט ווײַזן אַ געוויסע צאָל שיינע רעליגיעזע כּלים, אַ פּאָר עטנאָגראַפֿישע אָביעקטן, און עטלעכע ווערק פֿון דער "ייִדישער" קונסט, דהײַנו, בילדער פֿון שיינע ייִדן געמאָלט דורך ייִדישע קינסטלער. דער הויפּט־צוועק פֿון אַזאַ מוזיי איז געווען אַ דערציִערישער׃ צו ווײַזן ייִדן און ניט־ייִדן, וואָס איז אַזוינס "ייִדישקייט".
כ׳האָב עס געהערט אויף דעם ראַדיאָ. כ׳האָב עס געלייענט אין דער "ניו־יאָרק טײַמס," אַז אַ ייִד מיטן כּשרן נאָמען ווי טבֿיה שטערן — אַ מענטש, וואָס איז באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן, ביז מען האָט אים געכאַפּט און אַרײַנגעזעצט אין דער חד־גדיא. דערווײַל רוקט זיך אונטער זײַן זונס בר־מיצווה. וואָס זשע טוט דער שווינדליאָזש, דער מאַטאַץ, דער פֿאַרברעכער? ער פּלאַנירט אויס אַ בר־מיצווה פֿאַרן זון אין דער טורמע, מיט אַ כּשרן מאָלצײַט. ער קויפֿט אונטער צוויי אָפּטיילונג־דירעקטאָרן און דעם תּפֿיסה־היטער, און פֿאַרן כאַבאַר גרייטן זיי אָן פֿאַר אים און זײַנע זעכציק אײַנגעלאַדענע געסט די גימנאַסטיק־האַלע. דאָס לערניאָר 2008—2009 האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט. איבער אַ מיליאָן צוויי הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די קינדער־גערטנער און עלעמענטאַרע שולן, איבער זעקס הונדערט טויזנט תּלמידים פֿון די מיטלשולן אין לאַנד, זענען איצט פֿרײַ פֿון זייער לערניאָר, ביז דעם 1טן סעפּטעמבער — גאַנצע צוויי חדשים פֿון חופֿש־הגדול, פֿון די זומער־וואַקאַציעס. די הייסע זומערטעג זענען אין פֿולן ברען. טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און דערוואַקסענע פֿאַרברענגען אויף די פּלאַזשעס — די ים־ברעגן פֿון לאַנד, די ייִנגערע און די פֿאַרשיידענע זומער־לאַגערן, אָרגאַניזירט פֿון די מוניציפּאַליטעטן, אָדער פּריוואַטע אונטערנעמער. אין אויסטראַליע, ניט זייער ווײַט פֿון סידני, איז דאָ אַ שטאָט, וואָס האָט אין גאַנצן צוויי מיט אַ האַלב טויזנט תּושבֿים און טראָגט דעם נאָמען "בונדאַנון". צום ייִדישן "בונד" האָט עס קיין שײַכות ניט. עס מיינט (אויפֿן לשון פֿון די אַבאָריגענען) "אַן אָרט פֿון טיפֿע באַלקנס". אמת, אין דעם — אַ פּנים סימפּאַטישן ייִשובֿ — איז געווען פֿאַראַיאָרן עפּעס אַ ייִדישע צונויפֿקומעניש, מיט קלעזמאָרים. אַזוי, לכ-הפּחות, דערציילט מען אין אינטערנעץ. אָבער אין דער מיל פֿון אינטערנאַציאָנאַלער מעדיאַ איז די שטאָט אַרײַנגעפֿאַלן צוליב אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: וואַסער. בלי ספֿק, אַז די הויפּט פּאָליטישע געשעעניש פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז געוואָרן דער באַזוך פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין מאָסקווע. אין די לעצטע יאָרן זײַנען די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד געווען ווײַט פֿון פֿרײַנדלעכע; אין רוסלאַנד, האָט זיך כּסדר אויפֿגעבלאָזן אַ העצערישע כוואַליע פֿון שׂינאה און אומצוטרוי. פּוטין און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן באַשולדיקט וואַשינגטאָן אינעם אונטעררײַסן בכּיוון די פֿינאַנציעלע און עקאָנאָמישע זײַלן פֿון דער וועלט;
צוליב דעם וואָס פֿינלאַנד געפֿינט זיך אין שכנות מיט שוועדן, מאַכן אַ סך מענטשן דעם טעות, אַז דאָס איז אַ סקאַנדינאַוויש לאַנד. ס׳איז אָבער נישט אמת. דאָס זעט מען, ערשטנס, דורך זײַן לשון: פֿיניש איז נישט קיין צפֿון־גערמאַנישע שפּראַך ווי שוועדיש, דעניש און נאָרוועגיש, נאָר שטאַמט פֿון דער אוגראַ־פֿינישער שפּראַך־משפּחה, אַזוי ווי אונגאַריש און עסטיש. לויט אַ זשורנאַליסט פֿון דער "דזשערוסאַלעם פּאָסט" (Jerusalem Post), מײַקל פֿרוינד, שיידן זיך די פֿינלענדער אויך אונטער אויף אַן אַנדער אופֿן: אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן שכן, שוועדן, למשל, וואָס איז בפֿירוש נעגאַטיוו־געשטימט צו דער ייִדישער מדינה — אַ פֿאַקט וואָס האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן נאָך דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה מיט זעקס חדשים צוריק עס איז אָנגענומען אין דער דעמאָקראַטישער וועלט, אַז יעדע נײַע רעגירונג געניסט פֿון אירע "ערשטע הונדערט טעג פֿון חסד" בײַ דער "מעדיאַ" — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּובליציסטיק, און בײַ דער "עפֿנטלעכער מיינונג", וועמען די פּובליציסטיק באַדינט. בײַ אונדז איז דאָס געוואָרן סײַ אַ מיטאָס און סײַ אַ ריטואַל. די ערשטע הונדערט טעג זענען די טעג פֿון דעם עפנטלעכן עקזאַמען, וועלכן די רעגירונג דאַרף אַדורכמאַכן, כּדי צו באַקומען דעם "הכשר" פֿון איר עפֿעקטיווקייט און אויסטויגעוודיקייט — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק — אין איר פֿאַרמעסט מיט די לויערנדיקע געפֿאַרן פֿון דער ווירקלעכקייט. |
|


















קהילה־לעבן