User loginSearch |
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערקלערט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן פּראַווען די יום־טובֿים פֿון אַ גאַנץ יאָר: פּסח, שבֿועות, ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות און שמיני־עצרת, מיט זייער עבֿודת־הקרבנות; עס ווערט אויך אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל אָפּציילן נײַן און פֿערציק "ספֿירה"־טעג פֿון פּסח ביז שבֿועות. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און דערנאָך געציילט "די טעג פֿון עומר" ביז שבֿועות. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די דאָזיקע טעג גופֿא נאָך אַלץ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. אונדזער הײַנטיקע פּרשה דערמאָנט אונדז ווידער אינעם טראַגישן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וואָס וועגן דעם ווערט דערציילט אין דער פּרשה "שמיני", וועלכע מיר האָבן לייענט מיט צוויי וואָכן צוריק. דער נאָמען "אַחרי", אָדער "אַחרי מות", מיינט "נאָכן טויט". די ערשטע פּסוקים פֿון דער פּרשה זאָגן אָן, ווי אַזוי די כּהנים זאָלן זײַן זייער אָפּגעהיט אין זייער עבֿודה אין בית־המיקדש, כּדי אויסצומײַדן די שטראָף פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנעמען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". |
|














קהילה־לעבן