פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, ווערן איבערגעציילט די לוויים — מענער פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "במדבר", וואָס מיר האָבן געלייענט מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט: "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל". דער דאָזיקער פּסוק האָט אַ טאָפּלטן באַדײַט, און קאָן אָפּגעטײַטשט ווערט ווי "ציילט איבער די ייִדן" — אָדער, מער בוכשטעבלעך — "הייבט אויף זייערע קעפּ". די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן, אַז יעדער געציילטער ייִד האָט אַ באַזונדערע חשיבֿות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער הײַנטיקער יום־טובֿ, שבֿועות, פֿלעגט הייסן אין די גמרא־צײַטן "עצרת" — "אָפּשטעלונג". אין דער תּורה ווערט דאָס דאָזיקע וואָרט אָבער אַסאָציִיִרט מיט אַן אַנדער יום־טובֿ, שמיני־עצרת. פֿאַרוואָס האָבן די חז״ל זיך באַנוצט דווקא מיט אַזאַ טערמין?

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש — "במדבר". דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערציילן די ייִדן בעת זייער וואַנדערן אינעם מדבר. דער גאַנצער חומש "במדבר" איז פֿול מיט חשבונות פֿון באַזונדערע שבֿטים און משפּחות, דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות"; אין ניט-ייִדישע איבערזעצונגען טראָגט ער אויך ענלעכע נעמען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ערשטע פּרשה פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "בהר", הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון שמיטה. יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד אין ארץ-ישׂראל. מע טאָר נישט פֿאַרקויפֿן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין; אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. ווײַטער באַהאַנדלט די תּורה דעם ענין פֿונעם יובֿל — דאָס ספּעציעלע יאָר, וואָס קומט נאָך יעדע זיבן שמיטות־פּעריאָדן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט די ייִדישע יום־טובֿים, און עס ווערט אויך אָנגעזאָגט די מיצווה, וואָס מיר טוען אינעם איצטיקן פּעריאָד צווישן פּסח און שבֿועות. די תּורה הייסט צו פּראַווען שבֿועות פֿופֿציק טעג נאָך פּסח — זיבן וואָכן מיט איין טאָג. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און געציילט, וויפֿל טעג עס זענען פֿאַרלאָפֿן נאָכן ערשטן טאָג פֿון פּסח. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די טעג גופֿא פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט "אַ פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת, בלויז איין טאָג אַ יאָר — יום־כּיפּור.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע טאָפּלטע סדרה, "תזריע־מצורע", איז געווידמעט, דער עיקר, די הלכות פֿון ריטואַלער ריינקייט, "טומאה־וטהרה".

"אשה כּי תזריע וילדה זכר" — אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון, מוז זי אָפּוואַרטן לכל־הפּחות 7 טעג און זיך טובֿלען אין מיקווה; ערשט דעמאָלט, קאָן זי אָנרירן איר מאַן. אין די צײַטן, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, האָט זי אויך געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן אין 33 טעג אַרום.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויהי ביום השמיני", דעם אַכטן טאָג האָט משה גערופֿן אַהרן און זײַנע קינדער, און זיי געהייסן צו ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם משכּן. דער "אַכטער טאָג", ווען מע האָט צום סוף אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, נאָך זיבן טעג צוגרייטונגען, איז געווען ראָש-חודש ניסן — דער אָנהייב פֿונעם הײַנטיקן חודש.

די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ געוויסער צאָל — אַכט — הגם זי דערציילט וועגן די געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען דעם ערשטן טאָג אינעם ערשטן ייִדישן חודש.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די מסכתּא "פּסחים" הייבט זיך אָן מיט דער משנה, וווּ סע שטייט: "פֿאַרן 14טן טאָג פֿונעם חודש ניסן, אין אָוונט, איז מען בודק דעם חמץ מיט אַ ליכטל". מע מוז נישט זוכן, זאָגט די משנה, אין אַלע פּלעצער, וווּ מע ברענגט נישט אַרײַן קיין חמץ. פֿונדעטסטוועגן, מוז מען יאָ בודק זײַן די ערשטע צוויי רייען פֿעסער אין אַ ווײַן־קעלער. רש״י דערקלערט, אַז הגם אַ ווײַן־קעלער איז, געוויינטעלעך, נישט אַ "חמצדיק" אָרט, קומט מען צומאָל אַהין אַרײַן מיט אַ שטיקל ברויט אין דער האַנט, ווען מע וויל ברענגען ווײַן צום טיש.

פֿונעם אייביקן קוואַל

דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו: "צו את אַהרן ואת בניו לאמר", צו הייסן די כּהנים, זיי זאָלן כּסדר ברענגען דעם קרבן־עולה, וואָס מוז ברענען די גאַנצע נאַכט; מע טאָר קיינמאָל נישט פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער אויפֿן מזבח. יעדן טאָג פֿלעגט מען ברענגען צוויי שטענדיקע אַלגעמיינע עולה־קרבנות, "תּמידים", אינעם בית־המיקדש; אַחוץ דעם, פֿלעגן די ייִדן ברענגען אַ פּערזענלעכע קרבן־עולה ווי אַ נדבֿה, נאָכן געבורט פֿון אַ קינד, בעת די יערלעכע באַזוכן אינעם בית־המיקדש, און אַנדערע סיבות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויקרא אל משה, וידבר ה׳ אליו" — און דער אייבערשטער האָט גערופֿן משה רבינו, און אָנגעזאָגט אים, ווי אַזוי מע זאָל ברענגען די קרבנות. דעם הײַנטיקן שבת, הייבן מיר אָן לייענען דעם דריטן טייל פֿונעם חומש, "ויקראָ", וווּ עס רעדט זיך, דער עיקר, וועגן קרבנות און אַנדערע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער עבֿודה, וואָס די כּהנים פֿלעגן אויספֿירן אינעם בית־המיקדש. צוליב דעם, ווערט דער חומש "ויקראָ" אויך אָנגערופֿן "תּורת־כּהנים".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די הײַנטיקע צוויי פּרשיות ווערט ווײַטער דערציילט וועגן דעם משכּן. דאָס וואָרט "ויקהל", וואָס מיינט "ער האָט צונויפֿגערופֿן". משה רבינו האָט געוואָרנט די ייִדן, אַז זיי טאָרן נישט טאָן שבת קיין מלאָכה; די חז״ל דערקלערן, אַז דער דאָזיקער אָנזאָג ווײַזט אָן, אַז מע האָט געמעגט זיך באַטייליקן אין מלאכת־המשכּן בלויז אין דער וואָכן.