פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט דרײַ וואָכן צוריק, האָבן מיר שוין באַטראַכט די מעשׂה פֿון מחצית־השקל, אין שײַכות מיטן פֿאַרגאַנגענעם "שבת־שקלים", ווען מע האָט געלייענט די דאָזיקע מעשׂה אין אַ באַזונדערער ספֿר־תּורה, ווי אַ מפֿטיר־פּרשה צו דער סדרה "משפּטים". דער אייבערשטער האָט געהייסן צו זאַמלען פֿון אַלע ייִדן אַ האַלבן שקל, אַ קליינע מאָס זילבער, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך באַטייליקן אינעם אויפֿשטעלן דעם משכּן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואתּה תצוה" — און דו, משה־רבינו, זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן ברענגען דעם ריינעם איילבערט־אייל, כּדי אָנצוצינדן דעם "אייביקן לײַכטער" אינעם משכּן. ווײַטער הייסט די תּורה אָנצינדן די מנורה יעדן טאָג, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס הייסט עס "אַן אייביקער לײַכטער"?

דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער סדרה, "תּצוה", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "מיצווה". אינעם חומש איז פֿאַראַן נאָך אַ פּרשה, וואָס איר נאָמען שטאַמט פֿונעם זעלבן שורש — "צו".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "יתרו", ווערט דערציילט, ווי די ייִדן האָבן מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג סיני. דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט באַקומען אויף אַ דירעקטן אופֿן די ערשטע צוויי געבאָט — צו גלייבן אין ג־ט, וואָס ער האָט זיי אויסגעלייזט פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ, און נישט צו דינען די פֿאַלשע געטער. די עשׂרת־הדברות, בפֿרט די דאָזיקע צוויי מיצוות, זענען די עיקר־פּרינציפּן, אויף וועלכע עס "שטייט" די גאַנצע תּורה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואלה המשפּטים" — "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט איבערגעבן די ייִדן", האָט דער אייבערשטער געזאָגט צו משה רבינו. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן, דער עיקר, מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים און סאָציאַלע באַציִונגען צווישן מענטשן. הײַנט איז אויך שבת־שקלים — דער "ספּעציעלער" שבת, וואָס קומט פֿאַרן ראָש־חודש אָדר, ווען מע לייענט אין דער צווייטער ספֿר־תּורה וועגן דער מעשׂה מיטן "מחצית־השקל" — ווי די ייִדן האָבן מנדבֿ געווען אַ האַלבן זילבערנעם שקל, כּדי אָנטיילצונעמען אין דער אויפֿשטעלונג פֿונעם משכּן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יתרו, משה רבינוס שווער, דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן. ער איז געקומען צו משה, צוזאַמען מיט משהס ווײַב און צוויי זין. בײַם אָנהייב, איז יתרו נישט געווען קיין ייִד; ער האָט אָבער באַשלאָסן זיך מגייר זײַן, און האָט זיך באַטייליקט אין די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען פּרעה האָט באַשלאָסן נאָכצויאָגן די ייִדן און זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן, האָט דאָס וואַסער אינעם ים־סוף זיך געשפּאָלטן על־פּי־נס. די ייִדן זענען אַריבערגעגאַנגען אויף יענער זײַט ים, אינעם מידבר, און זייערע רודפֿים זענען דערטרונקען געוואָרן, ווען דאָס וואַסער האָט זיך צונויפֿגעגאָסן צוריק.

אַ טייל ייִדן האָבן געטענהט, אַז אינעם מידבר וועלן זיי בלײַבן הונגעריק און דורשטיק. נאָך דרײַ טעג וואַנדערונגען אָן שפּײַז און וואַסער, האָבן זיי, צום סוף, געפֿונען אַ קוואַל;

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משה רבינו: "קום צו פּרעה, ווײַל איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע באַדינער". צו ווײַזן די ייִדן זײַן גרויסקייט, זיי זאָלן דערציילן זייערע קינדער און אייניקלעך וועגן די ניסים פֿון יציאת־מצרים, האָט דער אייבערשטער אַרײַנגעלייגט אין פּרעהס האַרץ די אומוויליקייט אַרויסצולאָזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי צו באַשטראָפֿן דאָס לאַנד מיט די לעצטע דרײַ מכּות: אַרבה (היישעריקן), חושך און מכת־בכורות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, האָט פּרעה זיך אָפּגעזאָגט אויסצופֿירן משהס און אַהרנס בקשה צו לאָזן די ייִדן ברענגען קרבנות אינעם מדבר: "ווער איז אײַער ג-ט, אַז איך זאָל זיך צוהערן צו זײַן קול?".

ווי מיר האָבן עס באַהאַנדלט אינעם פֿריִערדיקן פּרשה־אַרטיקל, ווערט אין דער פֿאָריקער סדרה, "שמות", דערקלערט די סיבה, פֿאַרוואָס האָט דער באַשעפֿער אַ סך פֿאַרשיידענע נעמען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ואלה שמות בני ישׂראל הבאָים מצרימה" — "און דאָס זענען די נעמען פֿון בני-ישׂראל, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה ווערט איבערגעציילט די צוועלף יעקבֿס זין, און עס ווערט איבערגעגעבן, אַז די צאָל פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים, האָט באַטראָפֿן 70 נפֿשות.

ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט פֿאַרשקלאַפֿט די ייִדן און געצוווּנגען זיי צו טאָן אַ ביטער-שווערע אַרבעט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויחי יעקבֿ בארץ מצרים", און יעקבֿ האָט אָפּגעלעבט זײַנע לעצטע 17 יאָר אין מצרים. פֿאַר זײַן טויט, האָט ער צוגערופֿן צו זיך זײַנע קינדער, און געגעבן יעדן פֿון זיי אַ באַזונדערע ברכה.

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשה-אַרטיקלען, בלײַבן אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אייביק אַקטועל, און קאָנען אָפּגעטײַטשט ווערן אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן און פּסיכאָלאָגישן אופֿן. אַ ריי פֿאָריקע סדרות שטעלן דעם אַקצענט אויף די באַציִונגען צווישן יהודה און יוסף.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויגש אליו יהודה" — און יהודה האָט זיך דערנעענטערט צו יוספֿן, און געבעטן צו נעמען אים פֿאַר אַ שקלאַף, אַנשטאָט בנימינען, וועלכן יוסף האָט באַשולדיקט אין אַ גניבֿה. יוסף האָט זיך נישט געקאָנט מער פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן מיצרישן פֿירער, און האָט אויסגעזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. ווי אַ רעזולטאַט, איז יעקבֿ מיט זײַן גאַנצער משפּחה אָנגעקומען קיין מצרים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויהי מקץ שנתים ימים", נאָך צוויי יאָר, וואָס יוסף איז אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה, האָט פּרעה געזען אַ חלום. ער איז געשטאַנען בײַם טײַך ניל, און פֿונעם וואַסער זײַנען אַרויסגעקומען זיבן פֿעטע, און דערנאָך זיבן דאַרע קי; די דאַרע קי האָבן אײַנגעשלונגען די פֿעטע. שפּעטער, האָט ער דערזען נאָך אַ חלום, ווי זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען זיבן געראָטענע.