פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן, אין ארץ-כּנען. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם סיכסוך צווישן יוסף און זײַנע ברידער, וועלכער האָט געבראַכט צו דעם, וואָס יוסף איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין מצרים.

יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ באַזונדערע ליבשאַפֿט צו יוספֿן, און האָט אים געמאַכט אַ ספּעציעלן פֿיל-קאָליריקן מלבוש, ווי אַ סימן פֿון זײַנע פֿאַרשיידנאַרטיקע גײַסטיקע כּשרונות;

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וישלח יעקבֿ מלאָכים". איידער יעקבֿ האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן ברודער, האָט ער אַוועקגעשיקט מלאָכים צו עשׂון, זיי זאָלן אים איבערגעבן, אַז זײַן ברודער איז אויפֿן וועג צוריק פֿון חרן קיין ארץ-כּנען. די מלאָכים האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ ידיעה, אַז עשׂו איז נאָך אַלץ אויפֿגעבראַכט אויף יעקבֿן, און קומט אַנטקעגן אים מיט פֿיר הונדערט באַוואָפֿנטע מענער. עשׂו האָט אָנגענומען יעקבֿס ריזיקע ריי מתּנות, און האָט זיך מיט אים איבערגעבעטן. אָבער, הגם יעקבֿ האָט געהאָפֿט צו ברענגען זײַן ברודער צו תּשובֿה, איז עשׂו געבליבן אַ רשע.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ויצא יעקב" — און יעקבֿ איז אַוועקגעגאַנגען פֿון באר-שבֿע, און האָט זיך געלאָזט קיין חרן. עשׂו איז געוואָרן אין כּעס אויף זײַן ברודער יעקבֿ — צוליב דעם, וואָס ער האָט צוגענומען די ספּעציעלע ברכה פֿון זייער טאַטן. כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון עשׂון, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער, לבֿן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"און דאָס זענען די קינדער פֿון יצחק בן אַבֿרהם; אַבֿרהם האָט געבוירן יצחק". רש״י דערקלערט, אַז דאָס וואָרט "תּולדות" מיינט דאָ די קינדער פֿון יצחק אָבֿינו, יעקבֿ און עשׂו.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון די צווילינג-זין בײַ יצחקן און רבֿקהן. נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך. עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער; בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, דערפֿאַר האָט מען אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ", "פּיאַטע".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"און שׂרה האָט געלעבט הונדערט יאָר, און צוואָנציק יאָר, און זיבן יאָר". די חז״ל זאָגן, אַז שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן, ווען זי איז געווויר געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געשאָכטן געוואָרן ווי אַ קרבן דורך זײַן אייגענעם טאַטן.

לויטן פּשוטן פּשט, האָט די בשׂורה זי שאָקירט, און געבראַכט צום טויט. די חסידישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז ווען שׂרה האָט דערהערט וועגן דער עקידה,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וירא אליו השם" — און דער אייבערשטער האָט זיך באַוויזן צו אַבֿרהמען, אויפֿן דריטן טאָג נאָך זײַן ברית־מילה. דרײַ מלאָכים, אָנגעטאָן אין דער פֿאָרעם פֿון מענטשן, האָבן צוגעזאָגט דעם אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער מיט זײַן ווײַב, שׂרה, האָבן אַ זון.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן". ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָט דער אורפֿאָטער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געהייסן אַבֿרם, אָן דעם אות "הא", זיך אָפּגעזאָגט זיך צו בוקן צום מלך נמרוד; פֿאַר זײַן ווידערשטאַנד, האָט נמרוד געהייסן צו פֿאַרברענען אַבֿרמען אין אַ קאַלך־אויוון; על-פּי-נס, אָבער, איז ער געראַטעוועט געוואָרן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַשעפֿער האָט געהייסן נוחן צו אויסבויען די דרײַ־שטאָקיקע תּיבֿה, 300 איילן די לענג, 50 איילן די ברייט, און 30 די הייך, כּדי אַרײַנצוברענגען אַהין אַלע חיות פֿון דער וועלט, זיי זאָלן זיך ראַטעווען פֿונעם מבול. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אויבערשטער שטאָק איז געווען פֿאַר די מענטשן, דער צווייטער — פֿאַר די חיות, און דער אונטערשטער — פֿאַרן מיסט. דער אייבערשטער האָט אויך באַזונדערס געהייסן צו מאַכן אין דער תּיבֿה אַ פֿענצטער; לויט אַן אַנדער פּשט, האָט נוח אַרײַנגעבראַכט אַהין אַ קינסטלעכן ליכט-קוואַל — אַ געוויסן מיסטעריעזן שײַנענדיקן שטיין.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — "בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד"; אַ צאָל קלאַסישע מפֿרשים טײַטשן דעם ערשטן פּסוק פֿון דער תּורה אַ ביסל אַנדערש: "בײַם אָנהייב פֿונעם שאַפֿן דעם הימל און די ערד, האָט דער אייבערשטער...". לויט אַזאַ אָפּטײַטש, דערציילט דער דאָזיקער פּסוק וועגן דעם פּראָצעס פֿון באַשאַפֿונג, און נישט וועגן אַ פֿאַרענדיקט געשעעניש.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן אַרטיקל, איז דער יום-טובֿ סוכּות אַ המשך פֿון די ימים-נוראָים. ראָש-השנה און יום-כּיפּור, דורך דער עבֿודת-התּשובֿה, קערן זיך אונדזערע נשמות אום צו זייער ג-טלעכן קוואַל.

אין דער פּרשה "אַחרי מות", וווּ עס ווערן באַשריבן די יום-כּיפּורדיקע קרבנות, ווערט דערקלערט, אַז דעם טאָג פֿאַרגיט דער באַשעפֿער אַלע עבֿירות: "לפֿני השם תטהרו" — "איר וועט ריין ווערן פֿאַר ג-ט". על-פּי חסידות, האָט דער דאָזיקער אויסדרוק, וועלכער שטייט אויך עטלעכע מאָל אינעם מחזור, אַ טיפֿערן באַדײַט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן אַרטיקל, באַשטייט נישט די יום-כּיפּורדיקע עבֿודת-התּשובֿה בלויז אין בעטן דעם אייבערשטן צו פֿאַרגעבן אונדזערע עבֿירות.

דאָס וואָרט "תּשובֿה" מיינט "אומקערונג". דעם הייליקן טאָג, ווען מיר זאָגן זיך אָפּ צו פֿון אונדזערע טאָג-טעגלעכע פֿאַרגעניגנס און דאַוונען מיט כּוונה און מסירת-נפֿש, הייבן מיר זיך אויף, לכל-הפּחות אומבאַוווּסטזיניק, צו דער מדרגה פֿון מלאָכים, און נאָך העכער — ביז דער עצמדיקער אייניקייט מיט ג-טלעכקייט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"וילך משה" — און משה איז געגאַנגען צום ייִדישן פֿאָלק, און געזאָגט, אַז ער איז שוין הונדערט און צוואָנציק יאָר אַלט, און קען מער נישט לערנען מיט זיי די תּורה. רש״י דערקלערט, אַז משה רבינו איז ביז זײַן לעצטן טאָג געבליבן געזונט און שטאַרק; דער אייבערשטער האָט אים אָבער געהייסן איבערצוגעבן זײַן פֿירערשאַפֿט צו זײַן תּלמיד, יהושע בן-נון.