פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — "איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן, פֿון אײַערע ראָשים און עלטערע, ביז אײַערע קינדער, האָלצהעקער און וואַסערשעפּער". משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, כּדי זיי אַרײַנצוברענגען אין אַ קאָלעקטיוון בונד מיטן באַשעפֿער; די גמרא זאָגט, אַז דער נאָמען פֿונעם אָרט, וווּ די דאָזיקער פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען, "ערבֿות-מואבֿ", איז פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "ערבֿות" — קעגנזײַטיקע אַחריות. יעדער ייִד, ווי עס האָט משה רבינו דערקלערט זײַן פֿאָלק, טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן צווייטן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"כּי תבֿוא אל האָרץ", ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש אינעם משכּן, בית-המיקדש — זאָגט דער אייבערשטער אָן בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. בײַם ברענגען די ערשטע פּירות, "ביכּורים", פֿלעגן די ייִדן זאָגן געוויסע פּסוקים, צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַרן באַפֿרײַען די ייִדן פֿון מצרים; די זעלבע פּסוקים זענען אויך אַרײַן אין דער פּסחדיקער הגדה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", ווען דו גייסט אַרויס אויף אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, בײַ געוויסע תּנאָים. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן געגעבן אַ סך מיצוות, אַרײַנגערעכנט די פליכט אומצוקערן די בעלי-בתּים פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער אינעם הויז פֿון מעגלעכע אומגליק-פֿאַלן; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון אַ רודף; דער פֿאַרבאָט פֿון ריבית (וואָכערײַ); צו באַערן די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב, און אַנדערע אַקטועלע ענינים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — דו זאָלסט אײַנשטעלן שופֿטים און אַ מין "פּאָליציאַנטן" אין יעדן פֿון דײַנע טויערן, זיי זאָלן מישפּטן דאָס פֿאָלק על-פּי יושר. ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, פֿלעגן ספּעציעלע אָנגעשטעלטע צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן דעם פּסק פֿון די דיינים. הײַנט, בזמן-הגלות, האָבן די דיינים נישט קיין קאָמפּעטענץ און רעכט דאָס צו טאָן, און זענען באַפֿולמעכטיקט בלויז צו פּסקענען שאלות.

פֿונעם אייביקן קוואַל

"ראה, אָנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה"; "זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברירה — אַ ברכה און אַ קללה", האָט דער אייבערשטער געזאָגט די ייִדן. אויב איר וועט זיך צוהערן צו מײַנע מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן; אויב איר וועט זיך נישט צוהערן, און וועט דינען פֿרעמדע געטער, "וועלכע איר האָט נישט געקענט", וועט איר פֿאַרשאָלטן ווערן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"והיה עקבֿ תּשמעון" — "אויב איר וועט זיך צוהערן און אָפּהיטן די מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות". דאָס אומגעוויינטלעכע פֿילדײַטיקע וואָרט "עקבֿ", וואָס ווערט דאָ איבערגעזעצט ווי "אויב", מיינט אויך אַ "פּיאַ­טע". רש״י דערקלערט דעם דאָזיקן פּסוק ווי אַן אָנזאָג מקיים צו זײַן אַלע מיצוות, אַרײַנגערעכנט די, וואָס אַ סך מענטשן איגנאָרירן, "טרעטן אויף זיי מיט זייערע פּיאַ­טעס". דאָס זעלבע וואָרט איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נאָמען "יעקבֿ", וועלכער איז מרמז אויף חכמה און קלוגשאַפֿט.

פֿונעם אייביקן קוואַל

הגם דער אייבערשטער האָט שוין געזאָגט משה רבינו, אַז ער וועט נישט קאָנען אַרײַנקומען אין ארץ-ישׂראל, האָט משה געבעטן אים "אַריבערצופֿירן און ווײַזן דאָס לאַנד". ווי עס שטייט אין אַ מדרש, איז זײַן בקשה אויסגעפֿירט געוואָרן אויף אַן אומגעוויינטלעכן אופֿן: דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן אַרויפֿצוגיין אויף אַ באַרג, פֿון וועלכן משה האָט דערזען דאָס לאַנד אַזוי קלאָר, ווי ער וואָלט דאָרט ממש געווען; אין דער הײַנטיקער תּקופֿה וואָלט מען געזאָגט, אַז ער האָט באַזוכט ארץ-ישׂראל אין אַ מין "ווירטועלער רעאַליטעט". די חסידישע ספֿרים דערקלערן אויך, אַז די השפּעה פֿון אַן עכטן צדיק בלײַבט אין דער וועלט נאָך זײַן טויט נאָך שטאַרקער, ווי בײַם לעבן. צוליב זײַן תּפֿילה, האָט משה רבינו באַקומען די מעגלעכקייט משפּיע צו זײַן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק אויך אין ארץ-ישׂראל.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע פֿיר טיילן פֿון דער תּורה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן, איז דער לעצטער חלק פֿונעם חומש, "דבֿרים", באַגרינדעט אויף משה-רבינוס אייגענע דרשות. דער "זוהר" דערקלערט, אַז דער חומש "דבֿרים" ווערט אָנגערופֿן "משנה-תּורה", "איבערחזרונג פֿון דער תּורה", ווײַל ער אַנטהאַלט די קללות, וועלכער משה רבינו האָט געזאָגט "פֿון זיך אַליין".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ערשטע פֿיר חלקים פֿונעם חומש האָט משה רבינו באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן; דעם לעצטן חלק, דבֿרים, האָט משה פֿאַרשריבן אַליין, ברוח-הקודש און מיט דער הסכּמה פֿונעם באַשעפֿער — דערפֿאַר ווערט עס אָנגערופֿן "משנה-תּורה" — "איבערחזרונג" פֿון דער תּורה. אַזוי ווי די גאַנצע תּורה, קומט דבֿרים אויך פֿונעם אייבערשטן, אָבער אויף אַן אַנדער אופֿן. דערפֿאַר קען די הײַנטיקע פּרשה באַטראַכט ווערן ווי די לעצטע אינעם ערשטן און גרעסטן "בלאָק" פֿונעם חומש.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה רבינו האָט זיך געווענדט צו די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים, און האָט זיי איבערגעגעבן די הלכות פֿון נדרים. "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך", וואָס דער אייבער­שטער האָט אָנגעזאָגט: ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן.

אין אַ צאָל אַנדערע ערטער אינעם תּנ״ך, האָבן די נבֿיאים, אַרײַנגערעכנט משה, אויסגענוצט דעם אַרײַנפֿיר-אויס­דרוק "כה אָמר השם" — "אַזוי האָט געזאָגט דער אייבער­שטער". דער מדרש איז מסביר, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנ­דערע נבֿיאים,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם סוף פֿערציק יאָר, וואָס די ייִדן האָבן אָפּגעוואַנ­דערט אינעם מידבר, האָט דער אייבערשטער געהייסן משה רבינו באַשטעטיקן דעם נײַעם מנהיג פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — יהושע בן נון. די חז"ל פֿאַרגלײַכן משהס פּנים, זײַן פּער­זענלעכקייט, צו דער זון, און יהושעס פּנים צו דער לבֿנה. אַזוי ווי די לבֿנה, וואָס האָט נישט קיין אייגן ליכט, נאָר שפּיגלט בלויז אָפּ די זון־שטראַלן, איז יהושע געווען דער געטרײַסטער און נאָענטסטער תּלמיד פֿון משה רבינו; זײַן עיקר־עבֿודה איז נישט באַשטאַנען אין מחדש צו זײַן די אייגענע חידושים אין דער תּורה, נאָר אין איבערגעבן פּינקט­לעך דאָס, וואָס ער האָט געלערנט פֿון זײַן גרויסן רבין.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בלק, דער קיניג פֿון מואבֿ, האָט געבעטן דעם בייזן מכשף בלעם צו שעלטן די ייִדן. בײַם אָנהייב, האָט בלעם זיך אָפּגעזאָגט, ווײַל דער אייבערשטער האָט אים געהייסן דאָס נישט צו טאָן. שפּעטער, ווען בלק האָט געשיקט אַ גאַנצע דעלעגאַציע חשובֿע לײַט, וועלכע האָבן איבערגעצײַגט דעם מכשף דורכצופֿירן אַ קללה-ריטואַל קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק, האָט בלעם זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ נײַער, גאָר אומגעוויינטלעכער שטערונג: זײַן אייזלטע האָט אָנגעהויבן רעדן.