User loginSearch |
די ווערט און הייליקייט פֿונעם מענטשלעכן לעבן איז דער וויכטיקסטער פּרינציפּ אין דער תּורה. אַפֿילו דער ערשטער פֿון די צען געבאָטן, די מיצווה צו גלייבן אינעם אייבערשטן, קאָן אויסגעפֿירט ווערן בלויז דורך לעבעדיקע מענטשן; דאָס לעבן גופֿא, וועזן פֿונעם געוויינטלעכן בשׂר-ודם, איז דער עיקר-יסוד, אויף וועלכן עס האַלטן זיך די גאַנצע תּורה. מיר האָבן די פֿאַרגאַנגענע וואָך מסביר געווען, אַז די מרגלים, די צוועלף אויסשפּירער, האָבן געהאַלטן, אַז אינעם מידבר קאָנען די ייִדן דינען דעם אייבערשטן אויף אַ העכערער מדרגה, און האָבן דערפֿאַר גערעדט לשון-הרע אויף ארץ-ישׂראל. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז קורח, די סתּירותדיקע פֿיגור פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, איז געקומען צו אַ פֿאַרקערטן אויספֿיר: אויב דער אייבערשטער האָט געוואָלט, די ייִדן זאָלן זיך באַזעצן אינעם לאַנד, און באַשטראָפֿט די ייִדן פֿאַר די טענות פֿון די מרגלים, זעט מען, אַז אין דער רוחניותדיקער עבֿודה אינעם מידבר איז נישטאָ קיין מעלה איבערן פּשוטן גשמיותדיקן לעבן. צען פֿון די צוועלף מרגלים, וואָס משה-רבינו האָט געשיקט אויסצושפּירן ארץ-כּנען, האָבן זיך אומגעקערט מיט אַ שלעכטער בשׂורה, אַז דאָס לאַנד, וווּהין משה האָט געפֿירט זײַן פֿאָלק, איז צו סכּנותדיק. די ייִדן, האָבן געמאָלדן די מרגלים, קענען נישט באַזיגן די אָרטיקע אײַנוווינער; די ייִדן האָבן זיך אַנטוישט אין ארץ-ישׂראל, און זענען באַשטראָפֿט געוואָרן צו וואַנדערן פֿערציק יאָר אין מידבר. בײַם סוף פֿון דער פֿריִערדיקער פּרשה זענען באַשריבן געוואָרן די קרבנות, וועלכע די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָט געבראַכט, צו הייליקן דעם מזבח. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער סדרה, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן. רש״י איז מסביר, אַז אַהרן איז געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס ער, דער נשׂיא פֿון די לוויים, האָט זיך נישט באַטייליקט אין חנוכּת-המזבח; דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער אים באַפֿרידיקט, און אָנגעזאָגט אויספֿירן אַ מער וויכטיקע עבֿודה — אָנצוצינדן די ליכט פֿון דער מנורה. נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, האָט דער אייבערשטער געהייסן איבערציילן די לוויים. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזוי ווי אין דער פֿריִערדיקע פּרשה, אין וועלכער דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל", טראָגט אָן די פֿראַזע "נשׂא את ראש" אַ טאָפּלטן באַדײַט: "צייל איבער" אָדער "הייב אויף די קעפּ"; דער חשבון האָט אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ פֿון די לוויים, צוגעגעבן יעדן פֿון זיי אַ פּערזענלעכע חשיבֿות. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו אין מידבר-סיני איבערצוציילן די ייִדן. דער חומש "במדבר", וועלכן מיר הייבן אָן לייענען די וואָך, איז פֿול מיט חשבונות, און ווערט אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". אין דער ענגלישער און אַנדערע ניט-ייִדישע איבערזעצונגען הייסט ער אויך "צאָלן" ("Numbers"). אויב די הײַנטיקע פּרשה האָט צו טאָן מיט חשבונות, פֿאַרוואָס הייבט זי זיך אָן מיטן וואָרט "מידבר"? אין די אַנדערע ערטער אינעם חומש ווערט געוויינטלעך נישט דערקלערט בפֿירוש, "אויב איר וועט פֿאָלגן מײַנע געזעצן", זאָגט דער ערשטער פּסוק אין דער הײַנטיקער פּרשה, "וועל איך אײַך געבן רעגן באַצײַטנס". די תּורה זאָגט צו פֿאַרשיידענע מינים שׂכר פֿאַר מקיים זײַן די מיצוות, ווי אויך פֿאַרשיידענע מינים שטראָף פֿאַר עבֿירות. די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער "אם בחקתי (בחוקותי) תּלכו" — בוכשטעבלעך, "אויב איר וועט לויט מײַנע געזעצן גיין". אין אַ ריי ערטער אינעם תּנ״ך שטייט, אַז די מלאָכים "שטייען" פֿאַרן אייבערשטן. הײַיאָר איז אַ שמיטה-יאָר. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון שמיטה: די ייִדן אין ארץ-ישׂראל מוזן יעדע זיבן יאָר אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד, און די גערעטעניש טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן. אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה ווערט באַטאָנט, אַז די מיצווה פֿון שמיטה איז געגעבן געוואָרן "בהר סיני". די תּורה זאָגט בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה, אַז אַ כּהן טאָר זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ טויטן, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. אין דער פּרשה ווערן אויך אָנגעגעבן אַ צאָל אַנדערע מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים: מיט וועמען זיי זאָלן חתונה האָבן, און אין וועלכע פֿאַלן זיי טאָרן נישט ברענגען קיין קרבנות אינעם בית-המיקדש. "איר זאָלט זײַן הייליק, ווײַל איך בין הייליק", האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט די ייִדן. דער דאָזיקער אָנזאָג ווערט דרײַ מאָל איבערגעחזרט, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, אין דער הײַנטיקער פּרשה, וווּ עס זענען קאָנצענטרירט אַ סך מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיט יושרדיקער אויפֿפֿירונג, בתוכם די מיצווה "ואָהבֿת לרעך כּמוך" — "האָב ליב דײַן חבֿר ווי זיך אַליין". דעם זיבעטן טאָג נאָך יציאת־מצרים האָבן די ייִדן דערגרייכט דעם ברעג פֿונעם ים־סוף. די מיצרישע אַרמיי האָט זיי געפּרוּווט נאָכצויאָגן, נאָר ס׳איז געשען אַ נס: דער ים האָט זיך געשפּאָלטן, און די ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט פֿון זייערע פֿאַרשקלאַפֿער. צוליב דער גרויסקייט פֿונעם דאָזיקן נס, ווערן די לעצטע צוויי טעג פֿון פּסח פֿאַררעכנט פֿאַר אַ יום־טובֿ. אין די חסידישע קהילות מאַכט מען דעם לעצטן טאָג פֿון פּסח, די לעצטע פּאָר שעה פֿונעם יום־טובֿ, אַ ספּעציעלע "משיחס סעודה", וואָס סימבאָליזירט די קומענדיקע גאולה; בלויז איין טאָג אינעם יאָר, יום-כּיפּור, מעג נאָר איין מענטש, דער כּהן-גדול, אַרײַנקומען אינעם אינערלעכסטן טייל פֿונעם משכּן אָדער בית-המיקדש, קודש-הקדשים, און אויפֿרייכערן דאָרטן דאָס ספּיציעלע געמיש פֿון געווירצן. דער קטורת איז געווען דער הייליקסטער טייל פֿון עבֿודת-בית-המיקדש. דער רמב״ם שרײַבט, אַז דער ברען פֿון די קרבנות פֿלעגט פֿאַרשפּרייטן אַ שלעכט גערוך; |
|














קהילה־לעבן