פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אַרויס פֿון מצרים, האָט פּרעה, וועלכער האָט אַליין פֿאַר­טריבן די ייִדן פֿון זײַן לאַנד, כּדי אויסצומײַדן נײַע מכּות, באַשלאָסן זיי נאָכצויאָגן און ווידער פֿאַרשקלאַפֿן. דער אייבערשטער האָט געמאַכט אַ נס: דאָס וואַסער פֿון ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן, און די ייִדן זענען אַריבער­געגאַנגען דעם ים; ווען פּרעהס אַרמיי האָט געפּרוּווט זיי נאָכיאָגן, האָט דאָס וואַסער זיך צוריק צונויפֿגעגאָסן און פֿאַרפֿלייצט די רודפֿים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הגם משה האָט כּסדר, שוין במשך פֿון עטלעכע חדשים, געוואָרנט פּרעה וועגן די קומענדיקע מכּות, האָט דער מיצרישער פֿירער נאָך אַלץ נישט דערלויבט די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן די לעצטע דרײַ מכּות — אַרבה (היישעריקן), חושך און דער טויט פֿון די מיצרישע בכורים — און וועגן איינעם פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע — יציאת־מצרים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה, און האָט אים צוגעזאָגט אויסצופֿירן זײַן הבֿטחה צו די אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ — אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון דער מצרישער שקלאַפֿערײַ און צו ברענגען זיי קיין ארץ־ישׂראל. משה און זײַן ברודער, אַהרן, זענען עטלעכע מאָל געקומען צו פּרעה; זיי האָבן אים בלויז געבעטן צו לאָזן די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני, און נישט צו באַפֿרײַען זיי אינגאַנצן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען יוסף און זײַנע ברידער זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער קיניג, וועלכער האָט נישט געקענט יוספֿן, און אָנגעהויבן רודפֿן די ייִדן. דאָס ייִדישע פֿאָלק, אַחוץ דעם שבֿט־לוי, איז געוואָרן פֿאַרשקלאַפֿט.

נאָך עטלעכע דורות פֿון שווערער שקלאַפֿערײַ און רדיפֿות, האָט די מצרישע רעגירונג פֿאַרשטאַנען, דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, אַז בײַ די ייִדן וועט געבוירן ווערן אַ מאַן, וועלכער וועט זיי אויסלייזן פֿון שקלאַפֿערײַ. כּדי דאָס אויסצומײַדן, האָט דער פּרעה באַפֿוילן די ייִדישע הייבאַמען צו הרגענען אַלע ייִדישע ייִנגלעך; הגם די הייבאַמען האָבן איגנאָרירט דעם אַכזריותדיקן באַפֿעל, האָבן די ייִדישע משפּחות געמוזט אויסבאַהאַלטן זייערע ייִנגלעך.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַר זײַן טויט גערופֿן זײַנע קינדער צו זיך, און געבענטשט יעדן פֿון זיי מיט אַ באַזונדערער ברכה; יעקבֿס ברכות, געזאָגט מיט אַ זייער טיף פּאָעטיש־מיסטיש לשון, באַטרעפֿן ס׳רובֿ פֿון טעקסט אין דער הײַנטיקער פּרשה, און ווײַזן אָן אויף די באַזונדערקייטן און אויפֿן צוקונפֿטיקן גורל פֿון יעדן ייִדישן שבֿט, ווי אויך אויף די שפּעטערדיקע באַציִונגען צווישן די שבֿטים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿריערדיקער פּרשה, האָט יוסף פֿאַרהאַלטן זײַן ברודער, בנימין. זײַן אַנדער ברודער, יהודה, האָט געבעטן בײַ יוספֿן צו באַפֿרײַען בנימינען, כּדי זייער טאַטע זאָל נישט אויסגיין פֿון עגמת־נפֿש. ווען יוסף האָט עס דערהערט, האָט ער מער נישט געקאָנט זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פֿרעמדן, און האָט געזאָגט זײַנע ברידער, ווער ער איז. נאָך יוספֿס עצה, זענען יעקבֿ מיט זײַן משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, אָנגעקומען קיין מצרים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען יוסף איז געזעסן אין תּפֿיסה, האָט פּרעה דערזען אַ חלום, אין וועלכן זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי, און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען. דער חלום האָט ארויסגערופֿן זאָרג בײַ פּרעה; זײַן משרת, דער שׂר-המשקים, וועלכער איז נישט לאַנג צוריק אַרויס פֿון תּפֿיסה, האָט אים דערציילט וועגן יוספֿס וווּנדערלעכן כּשרון אָפּצוטײַטשן חלומות. יוסף האָט דערקלערט, אַז פּרעהס חלום מיינט, אַז די קומענדיקע זיבן יאָר וועט אין עגיפּטן זײַן אַ רײַכע גערעטעניש,

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעקבֿ האָט אַרויסגעוויזן אַ גרויסע ליב­שאַפֿט צו יוסף, דער ערשטער זון פֿון זײַן באַליבטסטער פֿרוי, רחל, וועלכע איז גע­שטאָרבן נאָכן געבורט פֿון איר צווייטן זון — בנימין. יוסף האָט אויסגעזען ווי זײַן טאַטע, און האָט געהאַט אַ סך כאַראַקטער-שטריכן, וואָס זענען באַזונדער געפֿעלן יעקבֿן. כּדי אונטערצושטרײַכן זײַן ספּעציעל אָרט אין דער משפּחה, האָט יעקבֿ געגעבן יוספֿן אַ פֿיל-קאָליריקן מלבוש, "כּתונת-פּסים", וואָס האָט סימבאָליזירט יוספֿס פֿיל­זײַטיקע גײַסטיקע כּשרונות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויפֿן וועג אַהיים, האָט יעקבֿ אָבֿינו געשיקט מלאכים צו עשׂו, מודיע צו זײַן, אַז ער קערט זיך אום פֿון לבֿנס היים, און וויל זיך מיט אים איבערבעטן. ווען די מלאכים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן זיי געזאָגט יעקבֿן, אַז זײַן ברודער איז נאָך אַלץ ברוגז אויף אים, און גייט אַנטקעגן אים מיט אַ גאַנצער אַרמיי פֿון פֿיר הונדערט מענטשן.

יעקבֿ האָט מתפּלל געווען, דער אייבערשטער זאָל אים ראַטעווען פֿון עשׂוס כּעס, צונויפֿגעשטעלט עטלעכע קאַראַוואַנען מתּנות פֿאַר זײַן ברודער, און האָט זיך צוגעגרייט צו אַ מעגלעכן צוזאַמענשטויס. נאָך אַלע מתּנות, האָט עשׂו געהאַלדזט און געקושט יעקבֿן, זיך צעוויינט און זיך איבערגעבעטן. דער מדרש זאָגט אָבער, אַז הגם עשׂו האָט דעמאָלט שלום געמאַכט מיט יעקבֿן, איז אין זײַן האַרץ געבליבן אַ שׂינאה קעגן דעם ברודער.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ-אָבֿינו געמוזט אַנטלויפֿן פֿון ארץ-ישׂראל קיין חרן, די היים פֿון זײַן פֿעטער, לבֿן. אויפֿן וועג, איז יעקבֿ אײַנגעשלאָפֿן אויפֿן אָרט פֿונעם קומענדיקן בית-המיקדש; אין זײַן חלום, האָט ער דערזען אַ "לייטער צווישן הימל און ערד", אויף וועלכן עס זענען אַרויפֿגעגאַנגען און אַראָפּגעגאַנגען מלאָכים. אינעם חלום, האָט דער אייבערשטער אים געבענטשט מיט קינדער, וואָס וועלן זיך מערן ווי "די שטויב פֿון דער ערד", און וועלן ברענגען אַ ברכה דער גאָרער וועלט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַבֿרהם-אָבֿינוס קינדער זענען געבוירן געוואָרן בײַ צוויי פֿאַרשיידענע מוטערס, אין פֿאַרשיידענע צײַטן און אומשטענדן, דערפֿאַר איז עס נישט קיין חידוש, אַז יצחקס און ישמעאלס לעבנס-וועגן זענען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען; יצחק איז אויפֿגעוואַקסן אַ גרויסער צדיק, דער "זיידע" פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און ישמעאל איז געוואָרן אַ רויבער, הגם בײַם סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער תּשובֿה געטאָן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען שׂרה איז געוווירן געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געבראַכט געוואָרן ווי אַ קרבן, איז איר נשמה "אַרויסגעפֿלויגן" פֿונעם גוף, און זי איז ניפֿטר געוואָרן, אינעם עלטער פֿון 127 יאָר. אַבֿרהם אָבֿינו האָט באַערדיקט זײַן ווײַב אין מערת-המכפּלה — די הייליקע הייל, וועלכע געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון חבֿרון, וווּ עס ליגן אַלע אונדזערע אור-פֿאָטערס און אור-מוטערס, אַחוץ רחל: אַבֿרהם און שׂרה, יצחק און רבֿקה, יעקבֿ און לאה, ווי אויך, לויט דער מסורה, אָדם און חוה. דער פֿריִערדיקער אייגנטימער פֿון מערת-המכפּלה, עפֿרון בן-צוחר, האָט פֿאָרגעלייגט אַבֿרהמען די הייל בחינם, אָבער אַבֿרהם אָבֿינו האָט אים באַ­צאָלט 400 זילבערנע מטבעות, און געקויפֿט אַ גאַנץ פֿעלד אַרום מערת-המכפּלה.