פּערזענלעכקײטן
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ליטווישע מוסר־באַוועגונג, געשאַפֿן פֿון ר’ ישׂראל סאַלאַנטער, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. כאָטש ער אַליין האָט געהערט צו דער טראַדיציאָנעלער, פֿרומער וועלט, זעט מען קלאָר אין זײַנע טעאָריעס די מאָדערנע באַגריפֿן, וואָס האָבן זיך אײַנגעבירגערט. ער לאָזט זיך בעסער פֿאַרגלײַכן מיט ר׳ שמשון רפֿאל הירש און זײַנע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, צווישן וועמען סאַלאַנטער האָט סוף־כּל־סוף געוווינט, ווי מיט די מתנגדים און משׂכּילים, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין ליטע.

פּערזענלעכקײטן, געשיכטע
דון יצחק אַברבנאל

מיט 500 יאָר צוריק, דעם צענטן טאָג אינעם חודש אָבֿ, איז אין פּאַדווע, איטאַליע, ניפֿטר געוואָרן הרבֿ דון יצחק אַברבנאל (אַבאַרבאַנעל אָדער אַבראַבאַנעל) — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע דענקער און תּורה-מפֿרשים, אַ מענטש מיט אַ שטורמישער, אומ­געוויינטלעכער און טרויעריקער ביאָ­גראַ­פֿיע. אַזוי ווי אַנדערע קלאַסישע ספֿרים-מחברים, ווערט ער אָנגערופֿן בײַם פֿאָלק פּשוט — "דער אַברבנאל".

יצחק אַברבנאל איז געבוירן געוואָרן אין ליסאַבאָן, פּאָרטוגאַל, אין אַ באַקאַנטער ספֿרדישער משפּחה,