User loginSearch |
שווער צו געפֿינען נאָך אַן אַנדער פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער לעגענדע־טראַדיציע, וואָס זאָל זײַן אַזוי טיף אין איר פֿאַרוואָרצלט ווי אליהו הנבֿיא. אויף פּראָסט ייִדיש, רעדט מען אַרויס דעם נאָמען עליע נבֿיא, און אין מײַן קרובֿהס נוסח פֿון "גאָט פֿון אַבֿרהם", זאָגט זי אַפֿילו "עליע־נבֿיא הנבֿיא (!), אליהו התּשבי, משיח דערלייזער, משיח בן־דוד...". די לעגענדעס וועגן אליהו הנבֿיא דרייען זיך אַרום פֿאַרשיידענע געדאַנקען און טעמעס, און אַבֿרהם מענעס, דער צונויפֿשטעלער פֿון דער אַרומנעמיקער זאַמלונג, "אליהו הנבֿיא: משה רבינו האָט געשיקט צוועלף אויסשפּירער (מרגלים) אין ארץ־כּנען, איין מרגל פֿון יעדן שבֿט. ווען די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד צוליב זייערע שׂונאים — די דאָרטיקע מעכטיקע אײַנוווינער. יהושע-בן-נון, משה רבינוס עיקר-תּלמיד, און כּלבֿ-בן-יפֿונה, האָבן זיך אָבער געשטעלט קעגן די טענות פֿון די אַנדערע מרגלים און געמאָלדן, אַז די ייִדן וועלן זיכער קענען באַהערשן דאָס לאַנד. אין די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות זענען באַהאַנדלט געוואָרן די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, און די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט פֿאַר חנוכּת־המזבח. די הײַנטיקע סדרה הייבט זיך אָן מיט דעם, וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן אַהרן הכּהן אָנצינדן די מנורה אינעם משכּן. אינעם חשבון פֿון די צוועלף שבֿטים, וואָס האָבן געבראַכט די קרבנות אין דער פֿאָריקער פּרשה, זענען אַרײַן די צוויי טיילן פֿון שבֿט יוסף, אַפֿרים און מנשה, אָבער נישט די כּהנים און לוויים. נאָכן חשבון פֿון די אַנדערע ייִדישע שבֿטים, ווערן איבערגעציילט די לוויים — מענער פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "במדבר", וואָס מיר האָבן געלייענט מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט: "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל". דער דאָזיקער פּסוק האָט אַ טאָפּלטן באַדײַט, און קאָן אָפּגעטײַטשט ווערט ווי "ציילט איבער די ייִדן" — אָדער, מער בוכשטעבלעך — "הייבט אויף זייערע קעפּ". די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער פּרטימדיקער חשבון ווײַזט אָן, אַז יעדער געציילטער ייִד האָט אַ באַזונדערע חשיבֿות. דער הײַנטיקער יום־טובֿ, שבֿועות, פֿלעגט הייסן אין די גמרא־צײַטן "עצרת" — "אָפּשטעלונג". אין דער תּורה ווערט דאָס דאָזיקע וואָרט אָבער אַסאָציִיִרט מיט אַן אַנדער יום־טובֿ, שמיני־עצרת. פֿאַרוואָס האָבן די חז״ל זיך באַנוצט דווקא מיט אַזאַ טערמין? די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש — "במדבר". דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערציילן די ייִדן בעת זייער וואַנדערן אינעם מדבר. דער גאַנצער חומש "במדבר" איז פֿול מיט חשבונות פֿון באַזונדערע שבֿטים און משפּחות, דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות"; אין ניט-ייִדישע איבערזעצונגען טראָגט ער אויך ענלעכע נעמען. די ערשטע פּרשה פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "בהר", הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון שמיטה. יעדע זיבן יאָר מוזן די ייִדן אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד אין ארץ-ישׂראל. מע טאָר נישט פֿאַרקויפֿן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן דאָס גערעטעניש, וואָס וואַקסט פֿון זיך אַליין; אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. ווײַטער באַהאַנדלט די תּורה דעם ענין פֿונעם יובֿל — דאָס ספּעציעלע יאָר, וואָס קומט נאָך יעדע זיבן שמיטות־פּעריאָדן. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט די ייִדישע יום־טובֿים, און עס ווערט אויך אָנגעזאָגט די מיצווה, וואָס מיר טוען אינעם איצטיקן פּעריאָד צווישן פּסח און שבֿועות. די תּורה הייסט צו פּראַווען שבֿועות פֿופֿציק טעג נאָך פּסח — זיבן וואָכן מיט איין טאָג. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און געציילט, וויפֿל טעג עס זענען פֿאַרלאָפֿן נאָכן ערשטן טאָג פֿון פּסח. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די טעג גופֿא פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה. "וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וועלכע האָבן געבראַכט "אַ פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת, בלויז איין טאָג אַ יאָר — יום־כּיפּור.
די ליטווישע מוסר־באַוועגונג, געשאַפֿן פֿון ר’ ישׂראל סאַלאַנטער, האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס. כאָטש ער אַליין האָט געהערט צו דער טראַדיציאָנעלער, פֿרומער וועלט, זעט מען קלאָר אין זײַנע טעאָריעס די מאָדערנע באַגריפֿן, וואָס האָבן זיך אײַנגעבירגערט. ער לאָזט זיך בעסער פֿאַרגלײַכן מיט ר׳ שמשון רפֿאל הירש און זײַנע מאָדערן־אָרטאָדאָקסן, צווישן וועמען סאַלאַנטער האָט סוף־כּל־סוף געוווינט, ווי מיט די מתנגדים און משׂכּילים, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט אין ליטע. "ויהי ביום השמיני", דעם אַכטן טאָג האָט משה גערופֿן אַהרן און זײַנע קינדער, און זיי געהייסן צו ברענגען די ערשטע קרבנות אינעם משכּן. דער "אַכטער טאָג", ווען מע האָט צום סוף אויפֿגעשטעלט דעם משכּן, נאָך זיבן טעג צוגרייטונגען, איז געווען ראָש-חודש ניסן — דער אָנהייב פֿונעם הײַנטיקן חודש. די הײַנטיקע פּרשה איז די איינציקע אינעם חומש, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ געוויסער צאָל — אַכט — הגם זי דערציילט וועגן די געשעענישן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען דעם ערשטן טאָג אינעם ערשטן ייִדישן חודש. די מסכתּא "פּסחים" הייבט זיך אָן מיט דער משנה, וווּ סע שטייט: "פֿאַרן 14טן טאָג פֿונעם חודש ניסן, אין אָוונט, איז מען בודק דעם חמץ מיט אַ ליכטל". מע מוז נישט זוכן, זאָגט די משנה, אין אַלע פּלעצער, וווּ מע ברענגט נישט אַרײַן קיין חמץ. פֿונדעטסטוועגן, מוז מען יאָ בודק זײַן די ערשטע צוויי רייען פֿעסער אין אַ ווײַן־קעלער. רש״י דערקלערט, אַז הגם אַ ווײַן־קעלער איז, געוויינטעלעך, נישט אַ "חמצדיק" אָרט, קומט מען צומאָל אַהין אַרײַן מיט אַ שטיקל ברויט אין דער האַנט, ווען מע וויל ברענגען ווײַן צום טיש. |
|
















קהילה־לעבן