User login |
דאָס ווערטערבוך ווערט באַגלייט מיט אַ קורצן איבערבליק פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק, אָנגעשריבן אויף רוסיש דורך אַלכּסנדרה פּאָליאַן — אַן אַנדער יונגע רוסלענדישע ייִדישיסטקע און ווינסשאַפֿטלערין, וועלכע פֿירט ייִדיש־לעקציעס אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט — איינער פֿון די סאַמע בכּבֿודיקע בילדונג־אַנשטאַלטן אינעם לאַנד. דאָס נײַע ווערטערבוך קומט אויך מיט צוויי ספּעציעלע בײַלאַגעס: אַ קאָמפּאַקטל מיט לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר ייִדיש־תּלמידים, אַרײַנגערעכנט 5 טשיקאַווע קאָמפּיוטערישע שפּראַך־שפּילערײַען, און אַ קאָמפּלעט פֿון קאַרטלעך מיט ייִדישע אותיות און שפּריכווערטער, געשאַפֿן דורך דער מאָסקווער קינסטלערין רבֿקה בעלאַרעוואַ. ביז הײַנט, איז דאָס איינציקע פֿולווערטיקע ווערטערבוך, וואָס האָט געהאָלפֿן אַ סך רוסיש־רעדער אויסצולערנען ייִדיש און צו באַרײַכערן זייער ווערטער־לעקסיקאָן, געווען דאָס גרויסע רוסיש־ייִדישע ווערטערבוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון משה שאַפּיראָ, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין מאָסקווע אינעם יאָר 1984. דאָס דאָזיקע ווערטערבוך — טאַקע אַ גוואַלדיק־גוטע — איז אָבער באַגרינדעט אויף דער סאָוועטישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע פֿון ייִדיש און דערלויבט איבערצוזעצן בלויז פֿון רוסיש אויף ייִדיש. דערצו, ווערט פֿון יאָר צו יאָר אַלץ שווערער צו געפֿינען די אַלטע עקזעמפּלאַרן פֿונעם דאָזיקן ווערטערבוך אין די קראָמען.
אין דער דערהויבענער געשיכטע איז פֿאָרט דאָ אַ ביטערער טראָפּן — די קינסטלערישע און היסטאָרישע ווערטן פֿון פּערעמענס קאָלעקציע איז אַזוי גרויס און דער אויפֿטו פֿון יעקבֿ פּערעמען גופֿא איז אַזוי אומשאַצלעך, אַז דער בעסטער אופֿן צו פֿאַראייביקן עס וואָלט געווען נישט איבערצוגעבן די בילדער אין אוקראַיִנע, נאָר צו געפֿינען פֿאַר זיי אַן אָרט אין אַ מוזיי פֿון ישׂראל. ווער זשע איז ער געווען, דער ייִד יעקבֿ פּערעמען? אַן אָדעסער מעצענאַט, איז ער אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען אַן אַקטיווער טוער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אין זײַן שטאָט. סוף 1919 האָט ער מיט נאָך אַ גרופּע מענטשן אָרגאַניזירט דאָס אָפּשיקן קיין פּאַלעסטינע 600 מענטשן אויף דער שיף "רוסלאַן". אויף דער זעלבער שיף זײַנען אויך אַרויסגעפֿירט געוואָרן איבער 200 בילדער, צייכענונגען, זײַן אַרכיוו און טויזנטער ביכער־בענד פֿון זײַן ביבליאָטעק. ס׳רובֿ פֿון זײַן בילדער־קאָלעקציע איז באַשטאַנען פֿון מאָלערײַ און גראַפֿיק, געשאַפֿן פֿון די אָדעסער מאָדערניסטן, אומאָפּהענגיקע מאָלער, וואָס אַ קלענערן טייל פֿון זיי האָט מען געקאָנט זען אויף דער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג.
די צוויי רעדאַקטאָרן פֿון בוך, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, שרײַבן אין זייער אַרײַנפֿיר, אַז דער "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד" איז געווען חיים ביידערס קרוינווערק, אויף וועלכן דער מחבר האָט געאַרבעט לאַנגע יאָרן ביז די לעצטע טעג זײַנע; אַז צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט האָבן אים אויסגעפֿעלט אפֿשר נאָך אַ צוויי־דרײַ יאָר. האָבן טאַקע זיי, די אויבנדערמאָנטע תּלמידים און פֿרײַנד זײַנע, זיך אונטערגענומען חיים ביידערס לעבנסווערק צו דערפֿירן צום לייענערס טיש. זינט איך האָב באַקומען דעם לעקסיקאָן, קען איך זיך פֿון אים ניט אָפּרײַסן: איך געפֿין כּסדר נעמען און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון נאָענטע און ווײַטע באַקאַנטע, איינצלהייטן פֿון זייער לעבן און שאַפֿן; דערמאָן זיך סיטואַציעס, ווען דאָס לעבן האָט מיך מיט זיי צונויפֿגעפֿירט. אומגעריכט (און איך בין זיך מודה — מיט פֿרייד) האָב איך געפֿונען אין בוך אויך זיך אַליין מיט אַ היימישער פֿאָטאָגראַפֿיע און ניט געקענט זיך דערמאָנען, ווען איך האָב ביידערן מיטגעטיילט מײַנע פּרטים. די גאַנצע געשיכטע איז געווען פֿאַר מיר אַ סורפּריז. בלעטערנדיק דעם לעקסיקאָן האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿרוי, צו וועלכער איך האָב געהאַט אַ שײַכות, אָבער קיין מאָל זי ניט געזען. איך האָב געהאַט פֿאַרגעסן איר פֿאַמיליע און איצט דערזע איך אין לעקסיקאָן: בליומע קאָטיק!
יאַנקל־פּרץ איז דעמאָלט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף", און נפֿתּלי האָט געהאַלטן בײַם אַנטוויקלען דעם "ייִדיש־פֿאַרם"־פּלאַן (וואָס איז, דרך־אַגבֿ, אויך מקוים געוואָרן, און אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב) — אָבער זייער "ייִדיש־הויז" אַליין איז געווען אַ פּריוואַטע איניציאַטיוו, ניט פֿאַרבונדן פֿאָרמעל מיט קיין שום אָרגאַניזאַציע. אַלץ האָבן זיי געטאָן מיט די אייגענע כּוחות און די אייגענע באַשיידענע מיטלען. צופֿעליק האָט זיך אַנטדעקט, אַז אין דעם זעלבן בנין מיט יאָרן צוריק, האָט אויך געוווינט באַראַק אָבאַמאַ, דעמאָלט אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. די ייִדיש־הויזניקעס האָבן אין דעם גלײַך דערזען אַ השגחה־פּרטית, אַז זייער פּלאַן וועט זײַן געבענטשט מיט הצלחה.
שוין 14 יאָר וואָס איך גיי אויף דעם פֿעסטיוואַל. אין אָנהייב איז דאָס געווען געצילט בלויז אויף דער קליינער באַלקאַנישער מוזיק־וועלט, און מע פֿלעג דינגען פֿאַרן פֿעסטיוואַל, אויף איין נאַכט, אַ קאַטוילישע שול אין וואַשינגטאָן־הײַטס. אָבער פֿאַר אַ יאָרן האָט מען ריזיקירט און געדונגען אַ טײַערן, געראַמען היסטאָריש־אַלטן בנין אין ברוקלין און ס׳האָט זיך אויסגעצאָלט. דרײַ יאָר נאָך אַנאַנד האָב איך אָרגאַניזירט אַ "זינגערײַ"־סעסיע בײַם פֿעסטיוואַל מיט אַזוינע ייִדישע זינגערס ווי דזשאַש וואַלעצקי, עטל ריים, קאַראָל פֿרימאַן, פּערל טייטלבוים, ביילע גאָטעסמאַן, אָבער מע האָט די סעסיע נישט אָנגענומען דאָס יאָר. די טענה איז געווען, וואָס מע וויל בײַטן די פּראָגראַם און הערן אַנדערע מינים מוזיק. אַ ביסל באַליידיקט, בין איך סײַ־ווי־סײַ געפֿאָרן אויפֿן פֿעסטיוואַל, ווײַל אַזוי גוט פֿאַרברענג איך זעלטן. פֿאַר וואָס שרײַב איך בכלל וועגן דעם פֿעסטיוואַל? קודם־כּל, האָבן עטלעכע גרופּעס יאָ געשפּילט אָדער געזונגען די מוזיק פֿון ייִדן, אָבער נישט אַשכּנזיש־ייִדישע מוזיק. די גרופּע "דודס האַרף", למשל, האָט געשפּילט אַן עלעקטרישע ספֿרדיש־ייִדישע מוזיק. אַ קאַפּעליע פֿון פּיטסבורג "איסטערן וואָטערשעד קלעזמער קוואַרטעט", אַ גרופּע וואָס איז פֿאַר מיר געווען אַ נײַעס, איז אויפֿגעטראָטן, און האָט אויסגענומען בײַם עולם, כאָטש אויף מיר האָבן זיי נישט געמאַכט קיין געוואַלדיקן רושם. אַ דואָ־גרופּע "איסראַ־אייליען" איז באַשטאַנען פֿון צוויי יונגע ישׂראלים מיט צוויי גיטאַרעס, וועלכע האָבן געשפּילט אָריגינעלע אַראַנזשירונגען פֿון באַלקאַנישע און מיטל־מיזרחדיקע מעלאָדיעס. אויב איר האָט נאָך נישט אויספּלאַנירט דעם קומענדיקן זומער, איז נישט צו שפּעט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין איינער פֿון די ווײַטערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען. די פּראָגראַמען זענען נישט נאָר געצילט אויפֿן אָנהייבער־סטודענט, נאָר אויך פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, אָבער ווילן ווײַטער שטודירן אויף אַ העכערער מדרגה. אין די ווײַטהאַלטער־קלאַסן רעדט מען געוויינטלעך בלויז ייִדיש. מע דאַרף זיך נישט איבערשרעקן בײַם ערשטן בליק פֿאַרן טײַערן שׂכר־לימוד — שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע, און ס‘איז דאָ אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז איר וועט באַקומען אַ געוויסע פֿינאַנציעלע הילף. כּמעט אין אַלע פּראָגראַמען פֿאַרדינט מען קרעדיט פֿאַר קאָלעדזש־קורסן.
די פֿראַגע פֿון וואַקסנדיקער רעליגיעזקייט צי — פּינקטלעכער — ריטועלקייט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן אינטערעסירט מיך שוין פֿון לאַנג, כאָטש מע קען ניט זאָגן, אַז איך פֿאָרש ערנסט דעם פֿענאָמען. אָבער דער דאָזיקער פֿענאָמען וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן, ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס". ס’איז קלאָר, אַז דער יונגער, אַמעריקאַנער געבוירענער דור ייִדן האָט, בדרך-כּלל, ניט איבערגענומען די קולטור, וואָס זייערע זיידעס און עלטערן האָבן געהאַט געבראַכט פֿון דער אַלטער היים. האָט מען געזוכט אַנדערע פֿאָרמען פֿון ייִדישקייט, און די רעליגיעזע פֿאָרמען זײַנען געווען אויפֿן בעסטן אופֿן צוגעפּאַסט צום אַמעריקאַנער לעבן.
פֿון ערגעץ איז אין יאָר 1994 געקומען קיין קעשענעוו אַ "קאַראַוואַן", אַ צענדליק וואַגאָנטשיקלעך פֿון פּילגרימען. דער אָנפֿירער, אַ נאָרוועגער, פֿון די עולי־רגל, אַממערסטן עוואַנגעליסטן, איז געקומען אינעם ייִדישן אָפּטייל פֿון דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, און געבעטן בײַ אונדז מאַטעריאַלן וועגן יוסף ראַבינאָוויטשן. ביז דעמאָלט האָב איך דעם נאָמען נישט געהערט. נעם איך זיך לייענען און בלעטערן די קירכלעכע פּרעסע פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט. יוסף בן־דוד ראַבינאָוויטש (1837—1899) איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבישן שטעטל רעזינע. זײַן זיידע און טאַטע זײַנען געווען רבנים און ער אַליין האָט באַקומען אי אַ רעליגיעזע, אי אַ וועלטלעכע בילדונג. אין 1882, נאָך די פּאָגראָמען אויף ייִדן אין רוסלאַנד, האָט ער באַזוכט פּאַלעסטינע. אין ירושלים, ווען ער איז געשטאַנען אויפֿן הר־הזיתים, האָט זיך אים געעפֿנט דער סוד פֿון יעזוסעס ווערטער אין דער עוואַנגעליע, וועלכע ער האָט גוט געקענט: "אָן מיר קאָנט איר גאָר ניט טאָן". ראַבינאָוויטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין אַלע צרות פֿון די ייִדן זענען שולדיק די ייִדן אַליין, ווײַל זיי האָבן ניט אָנערקענט יעזוסן פֿאַר אַ משיח. און יוסף ראַבינאָוויטש האָט אָנגעהויבן גלייבן אין יעזוסן.
איידער מיר נעמען זיך צו די ייִדישע טערמינען איז כּדאַי, קודם־כּל, זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין די ייִדישע ווערטער "קאָרן" און "קערן". די־אָ ווערטער נעמען זיך פֿון דײַטש, וווּ ביידע זענען טײַטש קערן — דאָס צווייטע איז טאַקע אַ דעריוואַט פֿונעם ערשטן. אויף ייִדיש און צום טייל אויף דײַטש איז דער טײַטש פֿונעם ערשטן פֿאַרשמעלערט געוואָרן פֿון סתּם תּבֿואה־קערן ביז rye (דאָס געוויינטלעכע דײַטשישע וואָרט פֿאַר rye איז Roggen, פֿונעם זעלבן אָפּשטאַם וואָס rye און אַפֿילו ס׳רוסישע rozh). וואָס שייך דעם ענגלישן וואָרט corn איז אַזוי: אינעם אַמעריקאַנער ענגליש איז דאָס וואָרט אויך פֿאַרשמעלערט געוואָרן אויף קוקורוזע; אין בריטישן ענגליש איז געבליבן דער עלטערער טײַטש תּבֿואה בכלל. איבער דעם איז זייער וואָרט פֿאַרן געוויקס Zea mays טאַקע maize, וואָס דאָס איז אַרײַן אין ענגליש, דורך שפּאַניש, פֿונעם לשון פֿון די קאַריבן, אַן אינדיאַנער פֿאָלק פֿון די קאַריבישע אינדזלען. דאָס זעלבע צו הערן וועגן פֿראַנצייזיש (maïs), איטאַליעניש (mais) און דײַטשיש (Mais).
למשל, אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך געקויפֿט אַ געזאַנג־ביכל פֿון וואַרשע, 1917, וואָס מען האָט אויסגעטיילט ווי אַ מתּנה צום 15־יאָריקן יוביליי פֿון צווײַג 207, "אַרבעטער־רינג" אין אַטלאַנטאַ, דזשאָרדזשיע, אין 1923. מע האָט פּשוט אַרויפֿגעקלעפּט אַ גרין "אַרבעטער־רינג"־דעקל אויפֿן וואַרשעווער ביכל. מיר דאַכט, אַז די זאַמלונג איז איינע פֿון די ערשטע פֿון ייִדישע זינגלידער וואָס האָט אויך די נאָטן צו די לידער. כאָטש לויטן טיטל באַשטייט דאָס בוך פֿון "אַ זאַמלונג פֿון פּאָפּולערסטע פֿאָלקסלידער", קען מען געפֿינען פֿאַרשיידענע מינים אַנדערע לידער; לידער וואָס זענען אונדז גוט באַקאַנט, ווי "הער נאָר דו שיין מיידעלע" און "אַ מאָל איז געווען אַ מעשׂה". אָבער אויך גאַנץ זעלטענע לידער און עלטערע באַלאַדעס, ווי "גיי איך מיר צום שטאַלעכל", וואָס לויט איין מקור איז אַרײַן פֿון ענגליש אויף דײַטש, ווען מע האָט עס איבערגעזעצט אין אַן אַלמאַנאַך בײַם אָנהייב 19טן יאָרהונדערט. דערנאָך האָבן זינגערס דאָס "פֿאַרייִדישט" און עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ ייִדישלאַנד. אַנדערע לידער זענען נישט לאַנג פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿונעם בוך געשריבן געוואָרן, אָבער דעם מחברס נאָמען שטייט נישט דערבײַ. למשל, "די יום־טובֿדיקע טעג" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, ווערט דאָ אָנגערופֿן, אַנאָנים, "דאָס שנײַדער־ליד". עס געפֿינען זיך ניט קיין גענויע ידיעות וועגן דעם פֿאָלקסדיכטער שלום בערנשטיין, בלויז אַז ער האָט געשטאַמט פֿון קאַמעניץ־פּאָדאָלסק, אַז אין 9681 איז אין זשיטאָמיר אַרויס זײַן לידער־זאַמלונג "מאַגאַזין פֿון יודישע לידער פֿאַר דעם יודישען פֿאָלק", וואָס איז שפּעטער איבערגעדרוקט געוואָרן פֿיר מאָל; אַנדערע לידער זײַנע האָבן זיך שפּעטער געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטן. מיר ווייסן פֿון זײַן דיכטונג אַז מיכל גאָרדאָן (2381—0981), דער משׂכּילישער פֿאָלקסדיכטער, האָט אים באַטראַכט ווי זײַן פֿרײַנד, מיט וועמען ער האָט געטיילט פֿאַרשיידענע מאָטיוון אין די לידער, און אַז אַ צאָל פֿון זײַנע לידער זײַנען געוואָרן פֿאָלקלאָריזירט און זײַנען אַריינגענומען געוואָרן אין זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער ווי אַנאָנימע שאַפֿונגען. " "ווײַטער": די ייִדישע סטודענטן־צײַטונג בײַם "פֿאָרווערטס" "ווײַטער" די "חודשלעכע אויסגאַבע פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש" איז באַליבט געוואָרן אין די ייִדיש־קלאַסן און גרופּעס איבער דער וועלט. הײַנט קען מען לייענען דעם זשורנאַל בלויז אויף דער אינטערנעץ. דעם לעצטן נומער פֿון 2011 קען מען איצט לייענען, און במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן, וועט דערשײַנען דער ערשטער נומער פֿון 2012. וואַרשע: קינדער־טעאַטער אונדזער געוועזענער מיטאַרבעטער קאָבי ווײַצנער וווינט הײַנט אין וואַרשע, און איז געוואָרן דער שפּראַך־מבֿין בײַם דאָרטיקן פּויליש־ייִדישן מלוכה־טעאַטער, ווי אויך בײַ אַנדערע פּראָיעקטן. מיט אַ גרופּע קינדער האָט ווײַצנער צוזאַמענגעשטעלט אַ חנוכּה־פּראָגראַם און מע קען זען, ווי זיי זינגען און רעציטירן אויף ייִדיש. |
Search |





























קהילה־לעבן