User loginSearch |
אין עפּעס אַ דאָקומענטאַר־פֿילם האָב איך מיט יאָרן צוריק געזען, ווי וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער פֿירער פֿון סאָציאַליסטישן פּוילן, איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ הייסער רעדע פֿאַר אַ גרויסן עולם פֿון הויכגעשטעלטע פּאָליאַקן. דער קאָמוניסטישער מנהיג האָט דערציילט זיי וועגן די "פֿאַרברעכנס" פֿון די היגע "ציוניסטן". דער עולם האָט רעאַגירט ווי עס האָט געדאַרפֿט צו זײַן: מיט קללות אין דעם אַדרעס פֿון די ייִדן.
טעאָרעטיש איז עס אַזוי: אַ ייִד טאָר ניט געבן קיין אַנדערן ייִדן געלט אויף פּראָצענט. וועגן דעם שטייט געשריבן ניט איין מאָל אין די הייליקע ספֿרים. טאָ פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער "פּראָצענטניק" צי דער "וואָכערער"? אַ סך מיאוסע געשטאַלטן באַשעפֿטיקן זיך מיט אַזעלכע זאַכן אין ייִדישער ליטעראַטור. למשל, מרדכי ספּעקטאָר האָט אין יאַנואַר 1886 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "יודישעס פֿאָלקס-בלאַט" אַ פֿעליעטאָן, וואָס הייסט "דער פּראָצענטניק", מיט אַזאַ עפּיגראַף: "וואָס וואַקסט אָן רעגן און גיך ווי קראָפּעווע? — פּראָצענט! (אַ ייִדיש ווערטל)". אַזאַ זאַך מאַכט זיך זייער אָפֿט, ווען מע זוכט עפּעס אין אַלטע צײַטונגען, דהײַנו: מע שטויסט זיך אָן אויף אַ פּובליקאַציע, וואָס איז אינטערעסאַנט און וויכטיק, כאָטש עס האָט ניט קיין דירעקטן שײַכות צו דער פֿאָרשונג, צוליב וועלכער דו ווערסט בלינד, לייענענדיק די מיקראָפֿילמען מיט שלעכט פֿאָקוסירטע קאָפּיעס פֿון פֿאַרצײַטיקע פּובליקאַציעס. דאָס מאָל האָב איך געזוכט אַרטיקלען וועגן ייִדישער עקאָנאָמיע אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", אָבער ס׳איז "אַרויפֿגעשוווּמען" אויך אַן אַרטיקל, וואָס אילוסטרירט דעם מצבֿ ערבֿ דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. צווישן די טעמעס, וואָס אינטערעסירן מיך איצט אין מײַן פֿאָרש-אַרבעט, פֿאַסצינירט מיך באַזונדערס די געשיכטע פֿון קאָאָפּעראַטיוון (למשל, קרעדיט-קאָאָפּעראַטיוון צי לײַ-און-שפּאָר-קאַסעס), וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין אַ סך ערטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער. דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿאָרמען פֿון אַ מין אַלטערנאַטיווער ייִדישער עקאָנאָמיע, אין וועלכער ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע — דערפֿאַר האָט עס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט. דעם 4טן נאָוועמבער אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן קולטור-קאָנגרעס" (אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדיש) האָט ד״ר שבֿע צוקער, אַ באַקאַנטע ייִדישע קולטור-טוערין, דערציילט וועגן איר ביראָבידזשאַנער דערפֿאַרונג. זי איז געווען איינע פֿון די לעקטאָרן אויף דער הײַיאָריקער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, וואָס איז אַדורך אין דער ווײַט-מיזרחדיקער שטאָט. די לעקציע איז געווען אַ געראָטענע, אילוסטרירט מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָס, אָבער דער עיקר האָט ד״ר צוקער זייער גוט איבערגעגעבן די אַטמאָספֿער, וואָס זי האָט דערפֿילט אין יענע מקומות. די טעג איז געוואָרן 90 יאָר זינט דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש, וועלכע האָט ראַדיקאַל געביטן דעם גאַנג פֿון דער גאַנצער ווײַטערדיקער געשיכטע. מיליאָנען מענטשן זײַנען אומגעקומען, געוואָרן קרבנות פֿון דעם אידעאָלאָגישן עקספּערימענט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די מיליאָנען מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט, וואָס זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אידעאָלאָגישע קאַליקעס, רעליגיעז פֿאַרגלייבטע אין אַן אוטאָפּיע. דער כּישוף פֿון קאָמוניזם לאָזט ניט אָפּ די גלויביקע און ציט נאָך אַלץ צו צו זיך נײַע סעקטאַנטן.
דעם 3טן סעפּטעמבער 1936 האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַזאַ מודעה: דער "פֿאָרווערטס" פֿאַנגט אָן צו דרוקן אַ סעריע אַרטיקלען אַיבער ביראָבידזשאַן פֿון אַדאָלף העלד גענאָסע אַדאָלף העלד, דער פּרעזידענט פֿון דער אַמאַלגאַמייטעד באַנק און פּרעזידענט פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישן, האָט זיך מיט עטלעכע טעג צוריק אומגעקערט פֿון אַ רײַזע איבער ביראָבידזשאַן, רוסלאַנד און פּוילן. ער האָט די לענדער באַזוכט אין די אינטערעסן פֿון דעם "אָרט" און אויך אַלס פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס".
ס׳איז גאַנץ ברייט פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז טאָמער אַ גאַס, אַ שול וכ׳ ווערט אָנגערופֿן לזכּרון עפּעס אַ מענטשן, מיינט עס, אַז דער נאָמען פֿון אָט דעם מענטשן איז פֿאַראייביקט געוואָרן. אין תּוך אַרײַן איז עס, אַ פּנים, ריכטיק. אָבער פּרוּווט פֿרעגן דעם עולם, וואָס קומט אין שטענדיקן באַריר מיטן פֿאַראייביקטן נאָמען, און זײַט ניט צו שטאַרק שאָקירט, ווען דער עולם וועט קיין אַנונג ניט האָבן וועגן דעם נאָמען, וואָס שטייט אָנגעוויזן אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס צי אויף דעם בנין פֿון דער שול.
דעם נאָמען יצחק-אײַזיק הורוויטש (Isaac Hourwich, 1924—1860) האָט, בלי-ספֿק, באַגעגנט יעדער איינער, וואָס האָט זיך אינטערעסירט מיט אַזעלכע טעמעס ווי דער עקאָנאָמישער מצבֿ פֿון ייִדן סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך מיט דער געשיכטע פֿון דער אַרבעטער-באַוועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אמת, די דאָזיקע צוויי טעמעס באַגרענעצן ניט הורוויטשס לעבן. דער מענטש האָט איבערגעלאָזט שפּורן אין כּלערליי געביטן. "דו ווייסט, זיי — פּוטינען און זײַן קאָמאַנדע — האָט זיך אײַנגעגעבן דאָס וואָס ברעזשניעוון האָט זיך אַפֿילו ניט געחלומט". אַזאַ רעפּליק האָט זיך אַרויסגעריסן בײַ מײַן ווײַב, ווען מיר האָבן געקוקט, אויף אַ רוסישן טעלעוויזיע-קאַנאַל, די רעאַקציע אויף דעם (דאַכט זיך) ווייניק אינטערעסאַנטן פֿאַקט פֿון אויסקלײַבן סאָטשי פֿאַרן אָרט, וווּ עס וועט אין זיבן יאָר אַרום דורכגיין די ווינטער-אָלימפּיאַדע. |
|

















קהילה־לעבן