User loginSearch |
צווישן די ייִדישע פּראָזע-שרײַבער, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין דער ליטעראַטור אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) געווען איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע און פּאָפּולערע. דעם גרעסטן דערפֿאָלג האָט געהאַט זײַן ראָמאַן “אין פּוילישע וועלדער" (1921), וואָס האָט געהאַט אַ צענדליק אויפֿלאַגעס אויף ייִדיש און איז אַרויס אויך אויף אַנדערע שפּראַכן, אַזעלכע ווי העברעיִש, ענגליש, דײַטש, פּויליש, רוסיש און אוקראַיִניש. אין דעם ראָמאַן האָט דער מחבר געוויזן די ליכטיקע זײַטן און די שאָטנס פֿון חסידישן לעבן אין פּוילן אין 19טן יאָרהונדערט, בפֿרט בעת דעם פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן דער רוסישער מאַכט אין יאָר 1863.
די געשיכטע פֿון מאָדערנער ייִדישע קולטור האָט צוויי פּאַראַלעלע מסורות: איינע פֿון זיי שטעלט מיט זיך פֿאָר “סתּם געשיכטע", בעת די צווייטע — די ייִדישיסטיש-אַפּאָלאָגעטישע — איז אידעאָלאָגיש אָנגעזעטיקט און זינדיקט אַפֿילו צומאָל קעגן דעם אמת. די ערשטע שטעלט פֿאַר זיך אַ ריין אַקאַדעמישן ציל, די צווייטע — האָט די נטיה צו בויען מיטאָלאָגיעס. צווישן די מיטאָלאָגעמעס שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע, למשל, די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. יאָר-אײַן יאָר-אויס חזרט זיך איבער די זעלבע מעשׂה.
דעם 20סטן מערץ איז געשטאָרבן מײַן קאָלעגע און פֿרײַנד, דער באַקאַנטער איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש און ליטעראַטור-קענער יוסף שערמאַן. נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק, אָנהייב דעצעמבער, האָבן מיר ביידע זיך באַטייליקט אין אַ קאָנפֿערענץ אין דער דײַטשישער אוניווערסיטעטישער שטאָט הײַדעלבערג. יוסף האָט זיך דעמאָלט ניט באַקלאָגט אויפֿן געזונט. אמת, די שטימונג איז בײַ אים געווען ניט פֿון די בעסטע, ווײַל דאָס איז געווען זײַן לעצט אַקאַדעמיש יאָר אין אָקספֿאָרד. אין מײַ חודש האָט ער געדאַרפֿט ווערן 65 יאָר אַלט, וואָס איז אין ענגלאַנד דער עלטער, ווען מע מוז, בדרך-כּלל, פּענסיאָנירט ווערן.
משה אָלגין (1878—1939) האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך געדרוקט פֿון 1907 ביז דער שפּאַלטונג אין האַרבסט 1921, ווען אַ גאַנצע גרופּע זשורנאַליסטן האָבן פֿאַרלאָזט די צײַטונג. אָלגין איז געוואָרן אַ צענטראַלע פֿיגור צווישן די אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמוניסטן. אָבער אין 1920—1921, בעת זײַן נסיעה קיין רוסלאַנד, איז ער נאָך קיין קאָמוניסט ניט געווען. די דאָזיקע רײַזע האָט פּרטימדיק אַנאַליזירט דער ניו-יאָרקער היסטאָריקער דניאל סאָיער אין זײַן אַרטיקל Soviet Travel and the Making of an American Jewish Communist: Moissaye Olgin’s Trip to Russia in 1920—1921, וואָס איז אַרויס אין זשורנאַל American Communist History אין יאָר 2005 (באַנד 4, נומער 1). בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דווקא אין אוקראַיִנע האָט ייִדיש איבערגעלעבט אַ באַזונדערס טראַגישן אונטערגאַנג. אין רוסלאַנד זײַנען פֿונדעסטוועגן דאָ ערנסטע פֿאָרשער און לערער פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור. אַפֿילו אין ווײַסרוסלאַנד זעט עס אויס — לכל-הפּחות פֿון דער ווײַטנס — בעסער איידער אין אוקראַיִנע. איך רעד שוין ניט וועגן פּוילן, וווּ עס זײַנען טעטיק אַ צאָל ערנסט-אויסגעשולטע אינטעלעקטואַלן פֿונעם ייִנגערן דור. ווי עס קומט פֿאָר מיט אַלע גרויסע שרײַבער, ווערט שלום־עליכם פֿון דאָס נײַ איבערגעלייענט און אָפּגעשאַצט דורך יעדן נײַעם דור לייענער און פֿאָרשער. מען זוכט כּסדר נאָך נײַע מאַטעריאַלן און קוקווינקלען, מען אַנטפּלעקט נײַע פֿאַרבאָרגענע טײַטשן, און מען געפֿינט נײַע פּאַראַלעלן מיט אַנדערע שרײַבער און קולטורן. נאָר אויף אַזאַ אופֿן קאָן אַ שרײַבער בלײַבן לעבעדיק און ניט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שיינעם מאָנומענט.
אין 1948 איז אין רוים אַרויס אַ בוך אונטערן טיטל "דער ייִדישער אָנטייל אין דער פּאַרטיזאַנער-באַוועגונג פֿון סאָוועט-רוסלאַנד". מיר איז באַקאַנט, אַז ס׳איז דאָ אויך אַן ענגלישער נוסח, Jewish Partisans of Eastern) Europe 1985), אָבער כ׳ווייס ניט אויף וויפֿל ער פֿאַלט צונויף מיטן ייִדישן. צו דעם מחבר, משה קאַגאַנאָוויטש, וואָס איז אַליין געווען אַ פּאַרטיזאַנער, האָט מען געהאַט טענות, למאַי ער האָט צו וואַרעם געשריבן וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. לויט קאַגאַנאָוויטשן, באַקומט זיך טאַקע, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט געטאָן זייער אַ סך, כּדי די פּאַרטיזאַנער זאָלן ראַטעווען וואָס מער ייִדן. אַן אַרײַנבליק אין דער געשעפֿטלעך-עקאָנאָמישער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" דעם 22סטן דעצעמבער 1918 האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט, אַז פֿונעם נײַעם יאָר אָן וועט די צײַטונג אַרויסגיין אויך אין שיקאַגאָ. די דאָזיקע געשעעניש האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַ צונויפֿקומעניש פֿון אַרום 15 טויזנט ענטוזיאַסטישע לייענער — דעם 2טן יאַנואַר 1919 איז עס אָנגערופֿן געוואָרן, אויפֿן ערשטן זײַט, "דער ריזיקער פּראַכטפֿולער יום-טובֿ לכּבֿוד דעם נײַעם ׳פֿאָרווערטס׳ אין שיקאַגאָ". ס׳איז טאַקע געווען מיט וואָס זיך צו גרויסן, ווײַל ביוראָען פֿון דער צײַטונג האָט מען גענומען עפֿענען אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס לאָזט זיך אויס, אַז אין שײַכות מיט לייענען, געפֿינט זיך דער הימל דערווײַל גאָר ניט בײַ דער ערד — אַזוי, לכל-הפּחות ווײַזט די לעצטע פֿאָרשונג, דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער. צום ערשטן מאָל אין דעם 21סטן יאָרהונדערט זעט מען, אַז ס׳איז גרעסער געוואָרן די צאָל לײַט, וואָס לייענען ליטעראַטור. אמת, מיינט נאָך ניט, אַז דאָס איז אַ בשׂורה-טובֿה פֿאַר די קאָמערציעלע פֿאַרלאַגן, ווײַל אַ היפּשער טייל מענטשן, בפֿרט יונגע, לייענען ראָמאַנען און דערציילונגען נעמענדיק עס אין אינטערנעץ. אַגבֿ, פּאָעזיע לייענט כּמעט קיינער ניט, דאָס איז געוואָרן, צום באַדויערן, אַ זשאַנער פֿאַר אַ פּיצינקער גרופּע עסטעטן.
איך האָב זיך זייער דערפֿרייט, ווען אַ פֿרײַנד האָט מיר געבראַכט פֿון מאָסקווע אַ נײַ רוסיש בוך "פּאָעזיע און פּאָעטיק פֿון אַ שטאָט Поэзия и поэтика города: Wilno — ווילנע — Vilnius", וואָס איז דערשינען אין אַ בכּבֿודיקן פֿאַרלאַג. וואָס שייך "ןן" אויפֿן אָרט פֿון "וו", האָב איך זיך ניט פֿאַרפּלאָנטערט אין די ייִדישע אותיות — אַזוי שטייט עס טאַקע געשריבן אויף ביידע זײַטן פֿון דער הילע: "ןןילנע". נאָך מער: דער דאָזיקער דרוק־פֿעלער אַנטפּלעקט, ממש אויף אַ פֿרוידיאַנישן אופֿן, די פּראָבלעם פֿון אָט דער מאָנאָגראַפֿיע, וועלכע עס האָט אָנגעשריבן וואַלענטינאַ בריִאָ, אַ געוועזענע ווילנער אײַנוווינערין און הײַנט אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
ס'איז גוט באַוווּסט, אַז אַב. קאַהאַן, דער גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ גרויסער רוסאָפֿיל. ער האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט אין זײַנע אַרטיקלען אין דער צײַטונג. למשל, דעם 2טן יאַנואַר 1921 האָט ער געלויבט "די רוסישע אָפֿנהאַרציקייט און די רוסישע פֿעיִקייט זיך אָפּצורופֿן אויף דעם רוף פֿון יושר". דעם אמת זאָגנדיק, האָב איך תּמיד פּראָבלעמען מיט אַרויסזאָגונגען פֿון אַזאַ סאָרט, ווײַל אין זיי ליגט באַגראָבן עפּעס אַ פֿאַרגלײַך, דהײַנו: מענטשן פֿון אַזאַ פֿאָלק רופֿן זיך אָפּ בעסער ווי מענטשן פֿון אַן אַנדער פֿאָלק.
דעם 20סטן דעצעמבער איז אין עלטער פֿון 92 יאָר געשטאָרבן די באַוווּסטע סאָוועטישע באַלערינע אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ. פֿון איר האָט אַ וועלט געהאַלטן סטאַלין, ס׳איז אַפֿילו ניט אויסגעשלאָסן, אַז זי איז געווען זײַן קאָכאַנקע. וועגן דעם האָט מען, יעדנפֿאַלס, גערעדט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער דיקטאַטאָר האָט זי ממש באַשאָטן מיט פֿאַרשיידענע באַלוינונגען. לעפּעשינסקאַיאַ האָט געהאַט דרײַ מענער. איר ערשטער מאַן איז געווען דער קינאָ-רעזשיסאָר איליאַ טראַובערג. אין די 1940ער און אין די פֿריִע 1950ער יאָרן האָט זי געהאַט אַן אַנדער ייִדישן מאַן — דעם גענעראַל-לייטענאַנט לעאָניד רײַכמאַן (1908—1990). |
|






















קהילה־לעבן