אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דזשוליוס און עטל ראָזענבערג

מע קען ניט זאָגן, אַז דער ענין פֿון דזשוליוס און עטל ראָזענבערג איז כאָטש אויף אַ ווײַלע אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן. אָבער אין דער לעצטער צײַט ווערט עס באַזונדערס אַקטיוו באַהאַנדלט אין דער מעדיאַ. אין האַרבסט 2007 האָט מען די ראָזענבערגס דערמאָנט, ווען ס׳איז גע­שטאָרבן אַלעקסאַנדר פֿעקליסאָוו, דער סאָווע­טישער אויסשפּירער, וואָס האָט גע­האַט אַ דירעקטן שײַכות צום גנבֿענען מילי­טע­רישע סודות. אַרום דער זעלבער צײַט, האָט די רוסישע רעגירונג באַשלאָסן צו באַ­לוינען מיטן העכסטן טיטל, "העלד פֿון רוס­לאַנד", דעם ניט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָר­בע­נעם סאָוועטישן (אָבער אַמעריקאַנער-גע­בוירענעם) אויסשפּירער דזשאָרזש קאָוואַל.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען איך בין געווען אַ קינד, האָב איך ניט געוווּסט, אַז דעם פֿענאָמען רופֿט מען "בעל-פּה-געשיכטע" (oral history). אָבער מיר איז שוין געווען קלאָר, אַז קיין פֿאַרלאָזלעכע זאַך איז עס ניט. צו מײַן זיידן פֿלעגט אָפֿט מאָל אַרײַנגיין אַ ייִד, וואָס האָט געהייסן קריטשעווסקי. אויף וויפֿל איך געדענק (בעל-פּה-געשיכטע!), איז קריטשעווסקי געווען דער איינציקער מענטש, וואָס האָט ניט גע­הערט צו אונד­זער משפּחה, אָבער פֿלעגט זיך אַרײַנ­שטעלן צום זיידן סתּם אַזוי. די אַנ­דערע פֿלעגן קומען צו אים, ער זאָל פֿאַר זיי שעכטן אַ הון, אַ קאַטשקע צי אַ גאַנדז.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צײַטונג "הילף דורך אַרבעט"

דער בעל-מלאָכה איז געווען אַ ליבלינג בײַ די משׂכּילים, ווײַל ער האָט אין זיך פֿאַרקערפּערט דעם פּראָדוקטיוון עלע­מענט פֿון תּחום-המושבֿ. אָבער אין דער טראַדיציאָנעלער שטעטלדיקער געזעלשאַפֿט איז דער סטאַטוס פֿון מלאָכה געווען זייער אַ נידעריקער. י. ל. פּרץ האָט געשריבן אין זײַן עסיי "איבער פּראָפֿעסיאָנען" (ד״ה. "וועגן פּראָפּעסיעס"), אַז "ביז אַהער איז די מלאָכה געוועזן ניבֿזה בײַ אונדז ייִדן; אַזוי ווי פֿאַרצײַטנס איז געוועזן ניבֿזה דאָס זעלנערײַ,

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס׳איז געווען כּמה-וכּמה יאָרן צוריק, אינעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, ווען איך האָב נאָך געוווינט אין אוקראַיִנע. כ׳בין געקומען מיט מײַנע עלטערן צו אונדזערע קרובֿים, און דאָרטן זײַנען שוין געווען עטלעכע געסט, אָנגעקומענע אַזש פֿון מאָסקווע צי לענינגראַד. איינע פֿון זיי, אַן עלטערע פֿרוי, האָט געהערט צו אַזאַ טיפּ פּערזאָנען וואָס איז שוין ניט בנימצא. מע זעט זיי נאָר אויף די אַלטע פֿאָטאָס צי אין קאָסטומירטע דראַמעס — אינטעליגענטע פּנימער, צו וועל­כע עס האָט זיך קיין שמינקע (שוין אָפּגע­שמועסט פֿון פּלאַסטישע אָפּעראַציעס) ניט צוגערירט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַלטע צײַטונגען און אייניקע אַנדערע מאַטעריאַלן האָב איך זיך ניט איין מאָל אָנגעשטויסן אויף דערמאָנונגען פֿון דעם ייִדישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס האָט עקזיסטירט אין יעקאַטערינאָסלאַוו אין די יאָרן אַרום דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אָבער אַלע מאָל איז דער אינסטיטוט געווען דערמאָנט על-רגל-אַחת, אָן פּרטים, און דאָס האָט ניט געקענט באַפֿרידיקן מײַן נײַגעריקייט,

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין עפּעס אַ דאָקומענטאַר־פֿילם האָב איך מיט יאָרן צוריק געזען, ווי וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער פֿירער פֿון סאָציאַליסטישן פּוילן, איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ הייסער רע­דע פֿאַר אַ גרויסן עולם פֿון הויכגעשטעלטע פּאָליאַקן. דער קאָמוניסטישער מנהיג האָט דערציילט זיי וועגן די "פֿאַרברעכנס" פֿון די היגע "ציוניסטן". דער עולם האָט רעאַ­גירט ווי עס האָט געדאַרפֿט צו זײַן: מיט קללות אין דעם אַדרעס פֿון די ייִדן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די ווילנער "ייִדישע לײַ־ און שפּאָר־קאַסע", וואָס איז שפּעטער געוואָרן "די ייִדישע קאָאָפּעראַטיווע פֿאָלקסבאַנק"

טעאָרעטיש איז עס אַזוי: אַ ייִד טאָר ניט געבן קיין אַנדערן ייִדן געלט אויף פּראָ­צענט. וועגן דעם שטייט געשריבן ניט איין מאָל אין די הייליקע ספֿרים. טאָ פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער "פּראָ­צענט­ניק" צי דער "וואָכערער"? אַ סך מיאוסע געשטאַלטן באַשעפֿטיקן זיך מיט אַזעל­כע זאַכן אין ייִדישער ליטעראַטור. למשל, מרדכי ספּעקטאָר האָט אין יאַנואַר 1886 פֿאַר­עפֿנטלעכט אין "יודישעס פֿאָלקס-בלאַט" אַ פֿעליעטאָן, וואָס הייסט "דער פּראָצענטניק", מיט אַזאַ עפּיגראַף: "וואָס וואַקסט אָן רעגן און גיך ווי קראָפּעווע? — פּראָצענט! (אַ ייִדיש ווערטל)".

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזאַ זאַך מאַכט זיך זייער אָפֿט, ווען מע זוכט עפּעס אין אַלטע צײַטונגען, דהײַנו: מע שטויסט זיך אָן אויף אַ פּובליקאַציע, וואָס איז אינטערעסאַנט און וויכטיק, כאָטש עס האָט ניט קיין דירעקטן שײַכות צו דער פֿאָרשונג, צוליב וועלכער דו ווערסט בלינד, לייענענדיק די מיקראָפֿילמען מיט שלעכט פֿאָקוסירטע קאָפּיעס פֿון פֿאַרצײַטיקע פּובליקאַציעס. דאָס מאָל האָב איך געזוכט אַרטיקלען וועגן ייִדישער עקאָנאָמיע אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", אָבער ס׳איז "אַרויפֿגעשוווּמען" אויך אַן אַרטיקל, וואָס אילוסטרירט דעם מצבֿ ערבֿ דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די טעמעס, וואָס אינטערעסירן מיך איצט אין מײַן פֿאָרש-אַרבעט, פֿאַס­צינירט מיך באַזונדערס די געשיכטע פֿון קאָאָפּעראַטיוון (למשל, קרעדיט-קאָאָפּע­ראַטיוון צי לײַ-און-שפּאָר-קאַסעס), וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין אַ סך ערטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער. דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿאָרמען פֿון אַ מין אַלטערנאַטיווער ייִדישער עקאָנאָמיע, אין וועלכער ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע — דערפֿאַר האָט עס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 4טן נאָוועמבער אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן קולטור-קאָנגרעס" (אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדיש) האָט ד״ר שבֿע צוקער, אַ באַקאַנטע ייִדישע קולטור-טוערין, דערציילט וועגן איר ביראָבידזשאַנער דערפֿאַרונג. זי איז געווען איינע פֿון די לעקטאָרן אויף דער הײַיאָריקער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, וואָס איז אַדורך אין דער ווײַט-מיזרחדיקער שטאָט. די לעקציע איז געווען אַ געראָטענע, אילוסטרירט מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָס, אָבער דער עיקר האָט ד״ר צוקער זייער גוט איבערגעגעבן די אַטמאָספֿער, וואָס זי האָט דערפֿילט אין יענע מקומות.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג איז געוואָרן 90 יאָר זינט דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש, וועלכע האָט ראַדיקאַל געביטן דעם גאַנג פֿון דער גאַנצער ווײַטערדיקער געשיכטע. מיליאָנען מענטשן זײַנען אומגעקומען, געוואָרן קרבנות פֿון דעם אידעאָלאָגישן עקספּערימענט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די מיליאָנען מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט, וואָס זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אידעאָלאָגישע קאַליקעס, רעליגיעז פֿאַרגלייבטע אין אַן אוטאָפּיע. דער כּישוף פֿון קאָמוניזם לאָזט ניט אָפּ די גלויביקע און ציט נאָך אַלץ צו צו זיך נײַע סעקטאַנטן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַדאָלף העלד (רעכטס) און די פֿירער פֿונעם אַמעריקאַנער

דעם 3טן סעפּטעמבער 1936 האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַזאַ מודעה:


דער "פֿאָרווערטס" פֿאַנגט אָן צו דרוקן אַ סעריע אַרטיקלען אַיבער ביראָבידזשאַן פֿון אַדאָלף העלד

גענאָסע אַדאָלף העלד, דער פּרעזידענט פֿון דער אַמאַלגאַמייטעד באַנק און פּרעזידענט פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישן, האָט זיך מיט עטלעכע טעג צוריק אומגעקערט פֿון אַ רײַזע איבער ביראָבידזשאַן, רוסלאַנד און פּוילן. ער האָט די לענדער באַזוכט אין די אינטערעסן פֿון דעם "אָרט" און אויך אַלס פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס".