אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דוד לוואָוויטש

ס׳איז גאַנץ ברייט פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז טאָמער אַ גאַס, אַ שול וכ׳ ווערט אָנגערופֿן לזכּרון עפּעס אַ מענטשן, מיינט עס, אַז דער נאָמען פֿון אָט דעם מענטשן איז פֿאַראייביקט געוואָרן. אין תּוך אַרײַן איז עס, אַ פּנים, ריכטיק. אָבער פּרוּווט פֿרעגן דעם עולם, וואָס קומט אין שטענדיקן באַריר מיטן פֿאַראייביקטן נאָמען, און זײַט ניט צו שטאַרק שאָקירט, ווען דער עולם וועט קיין אַנונג ניט האָבן וועגן דעם נאָמען, וואָס שטייט אָנגעוויזן אויפֿן ראָג פֿון דער גאַס צי אויף דעם בנין פֿון דער שול.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק-אײַזיק הורוויטש, 1912

דעם נאָמען יצחק-אײַזיק הורוויטש (Isaac Hourwich, 1924—1860) האָט, בלי-ספֿק, באַגעגנט יעדער איינער, וואָס האָט זיך אינטערעסירט מיט אַזעלכע טעמעס ווי דער עקאָנאָמישער מצבֿ פֿון ייִדן סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווי אויך מיט דער געשיכטע פֿון דער אַרבעטער-באַ­וועגונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אמת, די דאָזיקע צוויי טעמעס באַגרענעצן ניט הור­וויטשס לעבן. דער מענטש האָט איבער­געלאָזט שפּורן אין כּלערליי גע­ביטן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דו ווייסט, זיי — פּוטינען און זײַן קאָמאַנדע — האָט זיך אײַנגעגעבן דאָס וואָס ברעזשניעוון האָט זיך אַפֿילו ניט געחלומט". אַזאַ רעפּליק האָט זיך אַרויסגעריסן בײַ מײַן ווײַב, ווען מיר האָבן געקוקט, אויף אַ רוסישן טעלעוויזיע-קאַנאַל, די רעאַקציע אויף דעם (דאַכט זיך) ווייניק אינטערעסאַנטן פֿאַקט פֿון אויסקלײַבן סאָטשי פֿאַרן אָרט, וווּ עס וועט אין זיבן יאָר אַרום דורכגיין די ווינטער-אָלימפּיאַדע.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿרעג אַ ייִדישן עמיגראַנט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד וכד׳, צוליב וואָס זי צי ער האָט גענומען די טאָרבע און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. דער ענטפֿער וועט בדרך-כּלל זיך דרייען אַרום אַנטיסעמיטיזם. אין תּוך אַרײַן, חזרט עס איבער דעם מצבֿ, וואָס מע האָט געהאַט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. אין דער מיטאָלאָגיע פֿון ס'רובֿ משפּחות, וועמעס אבֿות האָבן פֿאַרלאָזט רוסלאַנד אין יענע צײַטן, פֿאַרנעמט אַנטיסעמיטיזם, בפֿרט אין דער פֿאָרעם פֿון פּאָגראָמען, דאָס צענטראַלע אָרט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סאָוועטישער אַפֿיש (1927), וואָס באַצייכנט דעם אָנדענק פֿון די געשעענישן פֿונעם יאָר 1905

איך קען נאָך אַלץ ניט צוגעוווינט ווערן צום היגן אופֿן פֿון לערנען געשיכטע אין שול. מע טוט עס שטיקלעכווײַז. מײַן איידעם, למשל, געדענקט זייער אַ סך פּרטים וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה און וועגן דעם רוסישן קייסער פּעטער דעם ערשטן. אָבער ער איז זיך מודה אַליין, אַז די געשיכטע פֿון זײַן אייגן לאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווייסט ער זייער שלעכט — אים איז פּשוט ניט באַשערט געווען עס צו לערנען. אין די סאָוועטישע שולן האָט מען די געשיכטע געלערנט כראָנאָלאָגיש, וואָס האָט — ניט געקוקט אויף די אידעאָלאָגישע משוגעתן — איבערגעלאָזט אין מוח אַן אַלגעמיין בילד פֿון געשעענישן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג בין איך אַרײַן אין דער סלאַ­ווי­שער ביבליאָטעק פֿון אָקספֿאָרדער אוניווער­סיטעט צו נעמען אויף איבערצולייענען איוואַן טורגענעווס ראָמאַן "רויך". איך זאָג צו, אַז אין אַ וואָך אַרום, אין מײַן קו­מענדיקן אַרטיקל, וועל איך, אם ירצה השם, דערקלערן צוליב וואָס מיר איז נייטיק געווען עס צו לייענען. אָבער איצט בין איך אויסן צו קאָנצענטרירן זיך אויף גאָר אַן אַנדער טעמע.

אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט אויך עפּעס געזוכט אויף די פּאָליצעס פֿון דער ביב­ליאָטעק, האָט דערזען דעם "רויך" אין מײַנע הענט און זיך געוואָנדן צו מיר.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ליבמאַן הערש, נאָוועמבער 1948

ניט לאַנג צוריק איז אין דעם זשורנאַל Jewish History, באַנד 20, נומ. 3–4, דער­שינען אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון גור אלרואי (חיפֿה-אוניווערסיטעט). די אַר­בעט הייסט "דעמאָגראַפֿיע אויף דער דינסט פֿונעם פֿאָלק: ליבמאַן הערש, יעקבֿ לעשצינסקי, און די פֿריִע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער מיגראַציע".

וועגן לעשצינסקין האָב איך שוין ניט איין מאָל געשריבן, און מײַן גרויסער ענגלישער אַרטיקל וועגן דעם מערקווער­דיקן מענטשן וועט אָט-אָט דערשײַנען אין דעם זשורנאַל Science in Context, וואָס האָט אויסגעטיילט אַ גאַנצן נומער דער טעמע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וולאַדימיר גראָסמאַן

ווען איך האָב מיט אַ יאָר זעקס צי זיבן צוריק גענומען פֿאָרשן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין בערלין אַרום דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָב איך באַמערקט, אַז פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן מיר אַרײַנפֿאַלן אין די הענט מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן גע­האַט אַ שײַכות צו קאָפּענהאַגען. פֿריִער האָב איך קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן דער קרוינשטאָט פֿון דענמאַרק ווי וועגן אַ ייִדישן קולטור-צענטער, סײַדן, עס איז גע­ווען פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ טע­טי­קייט אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 20סטן יאָרהונדערט.