User loginSearch |
מיר ברענגען "אַ קראַנץ סוכּות און שׂימחת־תּורה" לידער לכּבֿוד די יום־טובֿים אינעם נײַעם יאָר. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן אויסגעדריקט די פֿרייד און מחשבֿה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בײַם פּראַווען די יום־טובֿים. זאָל די פֿרייד באַגלייטן די אַלע גוטע וווּנטשן, וואָס מיר האָבן געגעבן פֿאַר געזונט, גליק, שלום און אַ סטאַביליזירונג אין לאַנד. צו זײַן 55סטער יאָרצײַט
צו זײַן 30סטער יאָרצײַט
מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי איז געווען אַ ייִדישער דיכטער — דערפֿאַר האָט ער ווי אַ סך אַנדערע ניט אויסגעמיטן דעם אַרעסט און פֿאַרשיקונג, טראָץ דעם וואָס ער האָט באַקומען אַן אָרדן פֿאַר זײַן העלדישקייט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז געוואָרן פֿאַרשיקט אין מיטל־אַזיע; שפּעטער איז ער באַפֿרײַט געוואָרן. מאָטל טאַלאַלאַיעווסקי איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע. ער האָט באַקומען אַ ייִדיש־סאָוועטישע שול־בילדונג.
צו זײַן 45סטער יאָרצײַט משה באַסין איז געווען מער באַקאַנט ווי דער קאָמפּילאַטאָר פֿון אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישער דיכטונג איידער ווי אַ פּאָעט. זײַנע צוויי אַנטאָלאָגיעס זײַנען געווען און פֿאַרבליבן וויכטיקע מקורות פֿון ווייניק באַקאַנטע ווערק, און זײַנען צו נוץ געקומען מער ווי איין מאָל דעם איצטיקן רעדאַקטאָר פֿון די "פּערל". די אַנטאָלאָגיעס זײַנען: "500 יאָר ייִדישע פּאָעזיע" (מיט הערות פֿון ב. באָראָכאָוו), 1917, צווייטע אויפֿלאַגע, 1922) און "אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע", 1940. ווי יעדן יאָר, ווען עס פֿאַלט אויס די דאַטע פֿון דעם 12טן אויגוסט, ברענגען מיר מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע פֿון די אומגעבראַכטע דיכטער, וואָס זײַנען געבליבן קדושים פֿון ייִדישן פֿאָלק. אויף דעם 12טן אויגוסט הײַיאָר האָט דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" באָריס סאַנדלער געדרוקט רירנדיקע זכרונות פֿון די קינדער פֿון שלמה מיכאָעלס, בנימין זוסקין און דוד בערגעלסאָן, און ער האָט בײַ נאַכט אויף דער הזכּרה אינסצעניזירט, צוזאַמען מיט אויסצוגן פֿון זעלטענע פּלאַטעס פֿון מיכאָעלס און זוסקין צוו“אַנד. • שמעון פֿרוג שבֿועות .I
אַ כּישוף־מאַכער איז די נאַכט,
די אויגן מיר פֿאַרשלעפֿערט שטיל,
דער ליבער, גרינער יום־טובֿ גייט.
צום 100סטן יאָרצײַט פֿון דעם "פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער" אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840—1908) איז כּמעט אַלעמען באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער אין יאַס, רומעניע, אין 1876. ער איז אויך געווען אַ ייִדישער פֿאָלקסדיכטער, וואָס האָט אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכלעך פֿון לידער (אַ צען יאָר פֿריִער) אַחוץ וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ שלל לידער פֿאַר זײַנע שפּילן און אָפּערעטעס, ווי "ראָזשינקעס מיט מאַנדלען", "דער פּאַסטעכל", "געקומען איז די צײַט", "דאָס מילעכל", "צו דײַן געבורטסטאָג", און אַנדערע. צו זײַן 30סטן יאָרצײַט אין זײַן בוך "געזאַנגען אין שײַער" באַוויינט דער דיכטער אַריה שמרי דאָס אַוועקגיין פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און דאָס וויינען פֿון די לידער גופֿא. ער טרעט, אין דער דעמערונג, אויף די סימבאָלן פֿונעם פֿאָלקסליד: די ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, דאָס ציגעלע, די גאָלדענע פּאַווע און די ברידער וואָס זײַנען געשטאָרבן: צו זײַן 140סטן יאָרצײַט מיט די פֿאָרמולעס "איך נעבעך, בידנע פּאַסטעך", "איך נעבעך, געמיינער חזן", "איך נעבעך, בעל־דרשן" / "איך נעבעך, בעלפֿער", "איך נעבעך, שינדל־שלעגער" הייבן זיך אָן אַ טייל לידער פֿון בערל בראָדער, דער ליטעראַרישער נאָמען פֿון בער מרגלית, געבוירן אין בראָד, גאַליציע, אין יאָר 1815, און געשטאָרבן אין יאַס, רומעניע, אין 1868. ער ווערט באַטראַכט ווי דער פֿאָטער פֿון די וואַנדערנדיקע ייִדישע פֿאָלקס־זינגער, וואָס זײַנען באַרימט געוואָרן אונטערן נאָמען "די בראָדער־זינגערס". • רבֿקה באַסמאַן בן־חיים נײַע לידער *
אַ פֿרײַער טאָג.
צו זײַן 55סטן יאָרצײַט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט דער פּאָעט פּרץ מאַרקיש גערופֿן דעם ייִדישן סאָלדאַט צו נעמען נקמה אויף די דײַטשן. אין זײַן שטאַרק ליד "דעם ייִדישן שלאַכטמאַן" דערמאָנט ער דעם ייִדנס העלדישקייט, זײַן פּאַטריאָטיזם, און באַשווערט אים, אַז עס זאָל זיך ניט אויסשעפּן בײַ אים דער צאָרן.
איך ווייס: דו האָסט געקושט די ביקס אין יענעם טאָג,
ווען מען זאָגט דעם נאָמען “איציק פֿעפֿער" קומט גלײַך אויפֿן זכּרון זײַן פּרעכטיק ליד "אַ קרעניצע". יאָסל מלאָטעק האָט מיר געזאָגט, אַז די גאַנצע יוגנט פֿון פּוילן האָט עס ליב געהאַט צו זינגען.
דאָרט וווּ גראָזן זײַנען נאַסער
|
|




















קהילה־לעבן