User loginSearch |
דוד האָפֿשטיין איז געווען איינער פֿון די פֿײַנסטע לירישע דיכטער אין סאָוועט־רוסלאַנד. ער האָט זײַנע געפֿילן אויסגעדריקט אין מוזיקאַלישער ליריק. אין זײַן ליד "אין ווינטער פֿאַרנאַכטן" האָט ער אויסגעמאָלן זײַן שטימונג פֿון איזאָלאַציע און איינזאַמקייט אויף אַ ווײַסער קאַנווע פֿון שנײַיִקע סטעפּעס פֿון רוסלאַנד. צו די ווערטער פֿון דוד האָפֿשטיין האָט עמיל גאָראָוועץ געשאַפֿן אַ נישט ווייניקער פּרעכטיקע מוזיק, וואָס מען קען הערן אויף זײַן פּלאַטע "איך בין אַ ייִד":
צו זײַן 55סטן יאָרצײַט אין די 1970ער יאָרן האָט דער סאָוועטישער זינגער־קאָמפּאָזיטאָר, עמיל גאָראָוועץ, געשאַפֿן מוזיק צום ליד פֿון לייב קוויטקאָ "אַן אַלטער ניגון". דאָס ליד פֿלעגט זײַן פֿרוי מאַרגאַריטאַ (מוסיע) פּאָלאַנסקאַיאַ אויך רעציטירן. עס איז געבויט אויף אַן אַלטער פֿאָלקס־מעשׂה, ווי אַ ייִד, אָנשטאָט צו קויפֿן זאַכן, קויפֿט ער אָפּ צוויי ניגונים, וואָס ער הערט אויפֿן וועג צום מאַרק. גאָראָוועצעס ליד איז רעקאָרדירט אויף דער פּלאַטע "איך בין אַ ייִד" צוזאַמען מיט אַנדערע לידער פֿון סאָוועטישע דיכטער. די ווערטער זײַנען:
צו זײַן 100־יאָריקן יובֿל עס איז מסתּמא ווייניק באַקאַנט אונדזערע לייענער דער סאָוועטישער פּאָעט, פֿאָלקלאָריסט און איבערזעצער משה העלמאָנד (1907־1973). ער איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל וואָלאָדאַרסק־וואָלינסק (קוטוזאָוואָ), זשיטאָמירער געגנט, אוקראַיִנע. זײַן פֿאָטער, אַהרן העלמאָנד איז געווען אַ ייִדיש־העברעיִשער לערער. משה האָט פֿאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און איז אויך געוואָרן אַ לערער, דערונטער עטלעכע יאָר אינעם קינדער־שטעטל "קאָמאינטערן". לידער און דערציילונגען האָט ער געדרוקט צום ערשטן מאָל אין 1925 אין "יונגוואַלד" און "פּיאָנער". צום נײַעם יאָר תּשס״ח שיקן מיר אַ באַגריסונג צו די לייענער מיט אַ וווּנטש זיי זאָלן זיך אויסבעטן אַ גוט־יאָר — אַ יאָר פֿון גליק, געזונט, מזל און שלום. זאָל דעם ייִדישן פֿאָלק באַשערט זײַן צו לעבן אין פֿרידלעכע צײַטן, זאָל דער קריג אין איראַק זיך ענדיקן מיט אַ פֿרידלעכן און רויִקן אויסלאָז און זאָל דער "פֿאָרווערטס" ממשיך זײַן, ווי ביז אַהער, זײַן ראָלע ווי אַ שײַנטורעם פֿון ליכט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. מיר ברענגען ווײַטער עטלעכע מוסטערן פֿון דער פּאָעזיע וואָס ייִדישע פּאָעטן האָבן געשאַפֿן לכּבֿוד ראָש־השנה אין פֿארשיידענע צײַטן.
צו זײַן 70סטן יאָרצײַט אין 1937 איז איזי כאַריק געפּײַניקט געוואָרן ביז טויט פֿאַר פּאָליטישע און נאַציאָנאַלע סיבות — מכּלומרשט פֿאַר "דורכלאָזן טראָצקיסטישע דורכפֿאַלן" אינעם מינסקער "שטערן", כאָטש אין דער אמתן איז ער אַרויסגעטראָטן קעגן טראָצקיזם אין אַ ליד געדרוקט אין 1936. אויך, לויט זכרונות, האָט ער געהאַט געבעטן בײַם אָפּטייל פֿאַרן נאָענטן מיזרח אין "קאָמינטערן" אַ "שעפֿערישע שליחות" קיין ארץ־ישׂראל, כּדי צו זאַמלען אײַנדרוקן און פֿאַקטן פֿאַר אַ קאַפּיטל וועגן ציוניזם אין אַ גרויס ווערק וואָס ער האָט זיך געקליבן צו שרײַבן.
מיט יאָרן צוריק, געדענק איך, האָט מען געזונגען קלמן ליסעס ליד "איז געפֿאַלן אַ דעמב" אויף דער לוויה פֿון אַ בונדישן פֿירער, וואָס האָט געמאַכט אַ רושם. דאָס ליד האָט ליס געשריבן נאָכן טויט פֿון בונדישן פֿירער בייניש מיכאַלעוויטש, וואָס איז גשטאָרבן אין וואַרשע, אין 1928. די ווערטער זײַנען:
איז געפֿאַלן אַ דעמב, אַ צעוואַקסענער דעמב,
כאָטש דער העברעיִשער דיכטער יהודה־לייב גאָרדאָן האָט ניט געהאַלטן פֿון ייִדיש, האָט ער געשריבן אַ צאָל לידער אויף ייִדיש און האָט אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג ייִדישע לידער "שׂיחת חולין" אין 1886, וואָס איז איבערגעדרוקט געוואָרן פֿיר מאָל. עס איז פֿאַר מיר געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרצייכענען די ערטער, וווּ ער רעדט וועגן ייִדיש.
אין דעם לעצטן נומער פֿון "אויפֿן שוועל" שרײַבט שׂמחה סימכאָוויטש וועגן אײַדאַ מאַזע, וועמען מיר טיילן צו אַן עליה די וואָך אין די "פּערל", אַז זי איז געווען "באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע לירישע דיכטערין און שרײַבערין פֿאַר קינדער. אויסער דעם איז אײַדאַ מאַזע געווען באַוווּסט ווי אַ וווילטעטיקע פֿרוי; זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט העלפֿן אײַנאָרדענען די נײַ־געקומענע, באַזונדערס די אַריבערגעקומענע שרײַבער פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. בײַ מיר אין דער דירה פֿלעגן מיר זיך אָפֿט טרעפֿן און פֿאַרברענגען, צו איר 55סטן יאָרצײַט ווען מע גיט אַ טראַכט וועגן דער ייִדישער שול אין אַמעריקע פֿון אַ מאָל און וועגן דעם שול־רעפּערטואַר, וואָס מע האָט גענאָסן און ליב געהאַט, קומען אויפֿן געדאַנק די זינגלידער, די דיכטונג, די מעשׂיות און ימים־טובֿים, וואָס די קינדער האָבן געלערנט, שטודירט, געזונגען, געפּראַוועט. ס׳איז געווען אַ פֿריידיק אָרט, צו וועלכן די קינדער האָבן ליב געהאַט צו קומען, לערנען זיך און פֿאַרברענגען אַ שעה אָדער מער. צווישן די באַליבטע דיכטערס איז געווען לאה קאַפּילאָוויטש־האָפֿמאַן, וועמעס קינדער־לידער די שול־קינדער האָבן געלייענט, רעציטירט און אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק. אין אירע לידער האָט די מחברטע ניט נאָר אויסגעדריקט די געפֿילן פֿון קינד, זײַנע שפּילן, שטיפֿערײַען, זײַנע פֿריידן און זאָרגן, זי האָט גערעדט ווי דאָס קינד רעדט, און דאָס האָט ליבער געמאַכט דאָס לייענען דאָס ליד.
בעת איך וועל קומען ווייניק איז באַוווּסט וועגן דעם סאָוועטישן דיכטער מענדל אַבאַרבאַנעל. פֿון דעם "נײַעם לעקסיקאָן" דערוויסן מיר זיך, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1888 און געשטאָרבן אין 1957. ער האָט געלעבט אין ווײַסרוסלאַנד און ער איז געווען פֿון פֿאַך אַ סטאָליער. ער האָט אָנגעהויבן דרוקן אין מאָסקווע און וויטעבסק אין 1918. ער האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע זאַמלונגען לידער אין בוכפֿאָרעם. "זײַן גורל — אומבאַקאַנט", שרײַבט דער "לעקסיקאָן". דאַרפֿן מיר זיך פֿאַרלאָזן אויף געוויסע דאַטן וואָס געפֿינען זיך אין זײַנע לידער וועגן זײַן לעבן און טראַכטן אין זײַן בוך "אַף כוואַליס פֿון צײַט", כאַרקאָוו, 1930.
בעריש ווײַנשטיין, ווי אַנדערע ייִדישע פּאָעטן וואָס האָבן עמיגרירט קיין אַמעריקע, האָט די ערשטע יאָרן פֿון זײַן אַרײַנוואַנדערונג געליטן שטאַרקע נויט, נישט געהאַט אַן אָרט אויף צו שלאָפֿן און געבענקט נאָך זײַן היים און משפּחה. ער האָט געשריבן אַ בריוו צו זײַן מוטער אין די יום־טובֿדיקע פּסח־טעג וועגן זײַן עלנטקייט: |
|






















קהילה־לעבן