פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

מאיר זימל טקאַטש

ווידוי

טאָג־טעגלעך שאַלט יום־כּיפּורדיקער שופֿר,
אַיעדער נײַער טאָג איז ערבֿ סוף;
איך בין מתוודה זיך פֿאַר גאָט אָן אויפֿהער,
איך זאָג: — איך ווייס ניט, גאָט, פֿאַר וואָס די שטראָף.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע, ליטעראַטור
ראַשעל וועפּרינסקי

ווי ד״ר בערל זומאָף באַווײַזט אין זײַן נײַעם בוך פֿון לידער פֿון פֿרויען־דיכטערס אין איבערזעצונג, איז פֿאַראַן אַ היפּשע פּלעיאַדע פֿון ייִדישע דיכטערינס, וואָס דער ייִדישער לייענער האָט פֿאַרגעסן אָדער בכלל נישט געוווּסט. ראַשעל וועפּרינסקי איז אַזאַ איינע וואָס איז, ווי מיר גלייבן, נישט געווען צו ווײַט באַקאַנט. זי איז געווען אַ שטילע דיכטערין, וואָס אירע לידער פֿאַרמאָגן אינטערעסאַנטע אימאַזשן, געשריבן מיט פּשוטע און סובטילע ניואַנסן און דורכזעיִקע פֿערזן.

זי גיט צו וויסן וועגן איר איינזאַמקייט און בענקשאַפֿט אין פֿיל פֿון אירע לידער. אין איינעם באַשרײַבט זי דעם טרויער פֿון דער זונס פֿאַרגאַנג: