User loginSearch |
פֿונעם 18טן ביזן 22סטן יוני, בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט "יוגנטרוף" דורכגעפֿירט איר ערשטן לערער־סעמינאַר. ברוכה קאַפּלאַן האָט געהאַט פּלאַנירט דעם סעמינאַר שוין מיט עטלעכע יאָר צוריק, נאָך דעם ווי "יוגנטרוף" האָט באַקומען פֿאַר אים געלט פֿון די פֿישמאַן־ און לעווינסאָן־פֿונדאַציעס; מיט דער הילף פֿון שבֿע צוקער און נעמי קאַדאַר, האָט זי דעם פּלאַן, סוף־כּל־סוף, טאַקע רעאַליזירט. באַטייליקט האָבן זיך אַרום צוואַנציק מענטשן, סײַ דערפֿאַרענע ייִדיש־לערער פֿון שולן און אוניווערסיטעטן, סײַ אַוואַנסירטע סטודענטן, וואָס האָבן נאָך נישט אָנגעהויבן זייערע קאַריערעס ווי לערערס. צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!"
ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן׃ די געשיכטע פֿונעם "אוצר פֿון דער ייִדישער דערציילונג" אין 1952 האָט דער ייִדישער דיכטער אליעזר גרינבערג אײַנגעלאַדן דעם אַמעריקאַנער קריטיקער אירווינג האַו מיטצואַרבעטן איבער אַן איבערזעצונג־פּראָיעקט פֿון ייִדישע דערציילונגען אויף ענגליש. פֿון אָט דער באַגעגאַניש איז אַרויסגעוואַקסן די וואָגיקע אַנטאלאָגיע "אַן אוצר פֿון דער ייִדישע דערציילונג" (1954), וואָס איז כּולל די ווערק פֿון 23 מחברים, צייכענונגען פֿונעם באַקאַנטן קינסלטער בען שאַן, און אַ גלאָסאַר. אין זײַן אַרײַנפֿיר האָט אירווינג האַו געגעבן אַ פּרטימדיקן פּאָרטרעט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער און גרינבערג האָבן געהאַט אין זינען אַן עולם, וואָס האָט ניט געקענט קיין ייִדיש, סײַדן עטלעכע ווערטלעך, און איז געווען קוים באַקאַנט מיט דער ייִדישער ליטעראַטור.
אליעזר גרינבערג (1896—1992) איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל ליפּקאַן, בעסאַראַביע. ער האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע און אַ וועלטלעכע דערציִונג. צווישן זײַנע לערער און חבֿרים זײַנען געווען זײַנע באַרימטע בני־עיר — אַליעזר שטיינבאַרג, יעקבֿ שטערנבערג און משה אַלטמאַן. אין 1913 האָט ער אימיגרירט קיין אַמעריקע, געאַרבעט אין לעדער־אינדוסטריע. אין 1921 איז גרינבערג אַרײַן אין דעם מישיגען־אוניווערסיטעט אין ען־אַרבאָר, שפּעטער געאַרבעט ווי אַ לערער אין ייִדישע שולן. אין 1927 האָט ער זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק. זײַנע ערשטע לידער האָבן זיך באַוויזן אין דרוק אין 1919.
אין דעצעמבער, 2006, חנוכּה-צײַט, איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ נס אין לאָס-אַנדזשעלעס׃ די זיבעטע פּראָגראַם — "קונסט פֿון ייִדיש" — אַן אינטענסיווע וואָך פֿון ייִדישע לימודים — שפּראַך־קלאַסן, רעפֿעראַטן און מוזיק-וואַרשטאַטן. פֿאַר וואָס אַ "נס"? ווײַל זיבן איז דאָך אַ געבענטשטער נומער, און דער גאַנצער גרויסער אויפֿטו איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿונעם ״קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור", אַ קליינטשיקע אָרגאַניזאַציע מיט גרויסע חלומות.
פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען די ידיעה, אז די "חנה און לייב רובינליכט־פּרײַז" האָט מען אין 2006 צוגעטיילט צו די פּראָפֿעסאָרן און שרײַבער הירשע־דוד כּ״ץ און דובֿ־בער קערלער; דעם "שוואַרצמאַן־פּרײַז" האָט געוווּנען דער מאָלאָר קלמן פּאָלגער. די זשורי איז באַשטאַנען פֿון דניאל גלאַי, ישׂראל רודניצקע און אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט. מרדכי צאַנין איז געווען דער ערן־פֿאָרזיצער.
אין אַ געוויסן זין ווערט די גאַנצע קולטור־וועלט אַ סך מער "דעמאָקראַטיש", די ייִדישע קולטורוועלט, בתוכם, אַ דאַנק דער נײַער אינטערנעץ־טעכנאָלאָגיע. ווער סע וויל קען אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ אין דער באַליבטער וועבזײַט "יוטוב" (youtube.com) , אויף וועלכער מע קען קוקן קורצע ווידעאָ־פֿילמען. אויף דער וועבזײַט טרעפֿט מען אַ ברייטע גאַמע "שאַפֿונגען" — פֿון דער העכסטער קוואַליטעט ביז גאַנץ פּראָסטע, וואָס ס׳איז אַ שאָד די צײַט זיי צו זען.
וואָלף — וואָס זײַן פֿאַרשיידנאַרטיקע קאַריערע באַשטייט סײַ פֿון ענגליש־שפּראַכיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, סײַ פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע פּיעסעס ווי "יאַנקל דער שמיד" בײַם "פֿאָלקסבינע־טעאַטער" אין ניו־יאָרק — איז אויפֿגעטראָטן מיט אַן אָוונט פֿון געזאַנג און סקיצעס, וואָס יעדער האָט פֿון זיי הנאה געהאַט. אין זײַן קאָנצערט האָט ער אַרויסגעבראַכט אַ ברייטע גאַמע געפֿילן, פֿון טרויעריק ביז הומאָריסטיש, מיט אַ בולטער אַרטיסטישער פֿעיִקייט ווי אַן אַקטיאָר. ער האָט אפֿילו געשפּילט ביידע ראָלן אין אַ סצענע פֿון "יאַנקל דער שמיד", אין וועלכער דער תּמעוואַטער שמיד פּרובירט צו דערקלערן זײַן ליבע דעם דאָרפֿסמיידל. |
|






















קהילה־לעבן