‫ייִדיש־נײַעס, ליטעראַטור
יענטע מאַש "מיט דער לעצטער הקפֿה: דערציילונגען, אָפּהאַנדלונגען",
זז׳ 233, ה. לייוויק־פֿאַרלאַג,
תּל־אָבֿיבֿ, תּשס״ז — 2007

מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזער­נעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנ­געהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגע­נעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בע­סעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג.

‫ייִדיש־נײַעס
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט די ייִדיש־קורסן פֿאַר דערוואַקסענע האָט זיך אָנגעהויבן דעם 22סטן אָקטאָבער אין בית שלום־עליכם אין תּל־אָבֿיבֿ דער נײַער אַקאַדעמישער לערניאָר תשס״ז. די קורסן וועלן אָנגיין ביז סוף יוני 2007.

די סעריע לעקציעס אויף דער טעמע "הראשונים כבני־אָדם, דמוית מופֿת ביהדות מיזרח־אירופּה" — אונדזערע ראשונים: מוסטערהאַפֿטע געשטאַלטן אין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום — האָט זיך אָנגעהויבן דאָנערשטיק, דעם 26סטן אָקטאָבער און וועט דויערן ביזן 17טן מײַ 2007, בסך־הכּל קרובֿ צו 25 לעקציעס יעדן דאָנערשטיק.

‫ייִדיש־נײַעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע סטודענטן, וואָס שטודירן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט דאָס יאָר 2006
פּונקט װי יעדעס יאָר בין איך באַגליקט מיט די בעסטע סטודענטן װאָס אַ לערערין קען זיך װינטשן. זײ זײַנען מאָטיװירט, פֿול מיט אינטערעס און נײַגער. ערשטנס, זײַנען זײ ייִדישע קינדער דורך און דורך. און צװײטנס, זײַנען ס׳רובֿ פֿון זײ מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. זײ קומען אַרײַן קענענדיק לשון־קודש, ייִדישע יום־טובֿים, טראַדיציעס, מינהגים און ריטואַלן. דאָס אַלץ איז פֿאַר זײ נישט פֿרעמד. זײ זײַנען משפּחה־מענטשן, צוגעבונדן צו טאַטע־מאַמע, באָבעס און זײדעס.

‫ייִדיש־נײַעס
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דורך דער געשיכטע פּרוּווט יעדער פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַ ליטעראַטור, אַרײַננעמען אין איין בוך, אַדער ביכער, דאָס גאַנצע וויסן. די געשיכטע פֿון וויסן איז אויך די געשיכטע פֿון קאַטעגאָריזירן וואָס מע ווייסט.

לויט די כּללים פֿון 21סטן יאָרהונדערט, דאַרפֿן זיך באַטייליקן אין אַן ענציקלאָפּעדיע אַקאַדעמיקערס פֿון אַ צאָל פֿאַרשיידענע פֿעלדער. געוויינטלעך, באַשליסן די רעדאַקטאָרן פֿון די ענציקלאָפּעדיעס, ווער עס וועט אָנשרײַבן אַ געוויסן אַרטיקל — און יענער באַשלוס קען זײַן אַ ביז גאָר גורלדיקער פֿאַרן פֿאַרשטאַנד פֿון די קומעדיקע דורות, וואָס פֿאַרשטייען דעם דאָזיקן לימוד דורך יענעמס ברילן. ווער געדענקט ניט, ווי אַ השערה, וואָס מע האָט זיך אַרומגעטראָגן דערמיט זינט די שול־יאָרן, איז אין אַ רגע חרובֿ געוואָרן דורך פֿאַקטן, וואָס זײַנען פֿריִער ניט פֿאָרגעשטעלט געוואָרן?