User loginSearch |
ווער עס וויל האָבן אַ גוטן שם אויף דער וועלט, דער דאַרף זיך דערווײַטערן פֿונעם חשש פֿון ייִדישיזם. בײַ אינטעלעקטואַלן וועט מען אים/איר אָדער אויסלאַכן, אָדער אָנקוקן מיט רחמנות־בליקן, אָדער ביידע אין איינעם, ווײַל אַזוינס איז דאָך אַפּנים בײַ לײַטן באמת בלויז צו לאַכן אָדער צו וויינען. מען וועט אײַך פּשוט ניט נעמען ערנסט, ווײַל דער ענין ייִדישיזם איז אי ניט דעפֿינירט, אי האָפֿענונגלאָז! מיר טוט עס וויי, ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישיסטישער היים און בין אין משך פֿון מײַן גאַנצער יוגנט געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישיסט. איך האָב שוין אַ פּאָר מאָל געהאַט געשריבן וועגן איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמס ווערק אויף רוסיש. דאָס איז, גלייב איך, דער לעצטער צײַטונג-עסיי מײַנער אויף אָט דער טעמע, וועלכע איך קלײַב זיך אַרומרעדן אין אַ באַזונדערן אַקאַדעמישן אַרטיקל. אָבער הײַנט — איך שרײַב די דאָזיקע שורות אין דעם טאָג פֿון מײַן טאַטנס 100סטן געבוירן־טאָג — בין איך געשטימט ניט זייער "אַקאַדעמיש" און דערמאָן זיך אָן מײַן באַגעגעניש מיט אַן איבערזעצער פֿון שלום-עליכם.
די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז איינער פֿון די הויפּט-פֿאַקטאָרן, וואָס האָט אין משך פֿון יאָרצענדליקער באַשטימט די מאָדערנע געשיכטע. נאָך איצט פֿילט זיך עס אין די באַציִונגען מיט רוסלאַנד. ביידע צדדים קוקן תּמיד מיט חשד איינער אויפֿן אַנדערן. רוסאָפֿאָביע פֿאַרלאָזט ניט די אַמעריקאַנער פּאָליטיק, בפֿרט אין דעם רעפּובליקאַנער לאַגער, בעת אין רוסלאַנד זײַנען די נאַציאָנאַליסטן בדרך-כּלל געשטימט זייער אַנטי-אַמעריקאַניש. פֿאַר אַ יאָרן, אין דעם "פּינטעלע" וואָס איז אַרויס דעם 25סטן יולי און האָט געהייסן "די ליטוואַקעס און אַנדערע ייִדן", האָב איך שוין אָנגערירט די טעמע פֿון פֿאַרשיידענע מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע "שבֿטים" און זייערע צווישן־באַציִונגען. די קאָנסאָלידאַציע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן האָט זיך ביסלעכווײַז — זייער ביסלעכווײַז — אָנגעהויבן אין די 1860ער יאָרן,
אין די פֿריִערדיקע קאַפּיטלעך פֿון דער סעריע וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר, האָט איר אפֿשר באַמערקט, אַז אין ווייניק פֿון די דערמאָנטע לעגענדעס, פֿאָלקס־מעשׂיות, וויצן און אַנעקדאָטן פֿאַרנעמען חיות דאָס הויפּט־אָרט. בײַ די אַשכּנזים, זעט אויס, האָט מען ליבערשט געוואָלט דערציילן וועגן מענטשן, פֿלייש און ביין, ווי וועגן רעדנדיקע, טראַכטנדיקע חיות, וועלכע פֿירן זיך אויף ווי מענטשן. אַזוינע מעשׂיות וועגן חיות לייענט מען אין די זאַמלונגען פֿון פֿאַבלען, אָדער משלים, אַ זשאַנער וואָס איז באַקאַנט דעם ייִדיש־לייענער שוין הונדערטער יאָרן. שווער צו געפֿינען דאַכט זיך אַ מער פּאַסיקע דערעפֿענונג פֿון קולטור־סעזאָן, ווי טאַקע די וואָס איז צו שטאַנד געקומען לעצטנס אין תּל־אָבֿיבֿער "אַרבעטער־רינג". צונויפֿגעזאַמלט האָט זיך דער עולם בײַצוזײַן אויף דער פּרעזענטאַציע פֿון דעם דערשינענעם בוך, אין צוויי בענד, "אין געיעג נאָך מאָמענטן" פֿון זשורנאַליסט און קונסט־קריטיקער יצחק לודען. פּאַסיק איז אויך געווען די צײַט פֿון דורכצופֿירן די פּרעזענטאַציע: ווען אַ היפּשע צאָל לייענער האָבן זיך שוין מיט די ביכער באַקענט,
אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער. מיט 75 יאָר צוריק, אין די טעג צווישן דעם 17טן אויגוסט און דעם 1טן סעפּטעמבער 1934, איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטישע שרײַבער, וואָס האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר אַ נײַער תּקופֿה אין דער סאָוועטישער קולטור — די תּקופֿה פֿון דעם אַזוי-גערופֿענעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. דער צוזאַמענפֿאָר האָט געשאַפֿן דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין, אַ מין מיניסטעריום פֿאַר ליטעראַטור. דזשעני מערקין, איינע פֿון מײַנע אַמאָליקע סטודענטקעס, האָט זיך ווידער רעגיסטרירט און גענומען אַ סעמעסטער מיט מיר. יענע וואָך האָט זי מיר דערלאַנגט אַן אַרבעט, באמת אַ גאַנצע שטודיע וועגן איר משפּחה וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געוווינט אין פּוילן, אַריבער קיין דײַטשלאַנד און צום סוף קיין בעלגיע. זי דערציילט אַז אין 1940, ווען די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן בעלגיע, דעם זעלבן פֿרײַטיק, האָט איר זיידע, זײַן עלטערער ברודער, עלטערע שוועסטער, זייערע עלטערן, די באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד, הײַנט, ווען עס פֿאַלן אויס די ימים־נוראים, ברענגען מיר די לידער וואָס ייִדישע דיכטער האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן געשאַפֿן וועגן ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אין די לידער הערן זיך די ברכות און גוטע וווּנטשן, מען הערט דאָס בלאָזן פֿון די תּקיעות.
דער ייִוואָ (ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט) אין ניו־יאָרק איז אַ צענטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, דעריבער איז זײַן צוקונפֿט און זײַנע פּלענער פֿאַרבונדן מיט דער גאַנצער ייִדיש־וועלט. מיטן אויסקלײַב פֿון דזשאָנאַטאָן ברענט ווי דער נײַער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, האָט מען באַשטימט אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט פֿון דער פֿאַרלעגערישער וועלט, וואָס האָט געדאַנקען און אײַנפֿאַלן, וועגן דער ווײַטערדיקער אַרבעט פֿון ייִוואָ.
"רב קרובֿ, איר פֿאָרט ניט קיין כעלעם?"
יעדעס יאָר בײַ דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון די אַמעריקאַנער פֿאָלקלאָריסטן, קומט פֿאָר אַ באַנקעט און מע זיצט בײַ געדעקטע טישן — אַ טיש פֿאַר יעדן מין מומחה; דהײַנו, די פֿאָרשער פֿון אַלטע באַלאַדעס זיצן, געוויינטלעך צוזאַמען בײַ איין טיש. די זאַמלערס פֿון ווערטלעך און אויסדרוקן זיצן בײַ אַן אַנדער טיש, און די ספּעציאַליסטן אין וויצן און וויציקע מעשׂיות בײַ זייער אייגענעם טיש. |
|



















קהילה־לעבן