User loginSearch |
(צו די שלושים נאָך דער פּטירה פֿון יוסף בורג) געשטאָרבן איז ער אין עלטער פֿון איבער 97 יאָר, נאָר קיין שפּעטצײַטיקער טויט איז ניטאָ. אַזוינס איז ניט צום אויסריידן. געשען איז עס נאָך אַ לאַנגדויערנדיקער קרענק, דעם 10טן אויגוסט 2009, אין דער אַמאָל ייִדיש־ייִדישער שטאָט טשערנאָוויץ. פֿאַר מיר איז די טרויעריקע ידיעה געווען ניט אומגעריכט און דאָך, האָט זי אַ קלאַפּ געטאָן מיט גרויס צער און ווייטיק. אונדזער בידנע ליטעראַטור האָט געליטן אַ שווערן פֿאַרלוסט, וואָס איז ניט צום פֿאַרריכטן.
מײַנע קאָלעגן בײַם זוכן אַ פֿאַראַיאָריקן שניי אין די אַלטע צײַטונגען ווייסן, אַז בײַ אַזאַ לייענען קען מען ניט זײַן זיכער וועגן דעם רעזולטאַט. אָפֿט מאָל געפֿינט מען ניט דאָס וואָס מע זוכט. אָבער מע קען זײַן זיכער, אַז עס וועט אַרויסשווימען אַן אינטערעסאַנטער מאַטעריאַל, וועלכער האָט קיין שום שײַכות ניט צו דײַן איצטיקער אַרבעט. בײַ מיר קומט עס פֿאָר די גאַנצע צײַט, בפֿרט בײַם לייענען דעם "פֿאָרווערטס", וואָס איז, ערשטנס, געווען אַ טעגלעכע, גרויסע צײַטונג, און, צווייטנס, האָט געדעקט אַ ברייטע גאַמע געשעענישן און, בכלל, טעמעס. די נאַכט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג ווערט פֿאַרפֿאַלן איינע פֿון אונדזערע אַקטריסעס, די באָסטאָנער מויד, וואָס האָט געשריבן די מוזיק. זי איז געפֿאָרן פֿון באָסטאָן מיטן אויטאָ און אַרום האַלבער נאַכט האָט זי באַשלאָסן צו קומען צו אונדז אַהיים קיין "ריווערדייל" איבערצונעכטיקן. זי איז אָבער נישט אָנגעקומען. אַזוי ווי איך האָב זיך געלייגט פֿרי שלאָפֿן, האָב איך צו מאָל נישט געוווּסט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿאַלער לאַגע.
פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק נאָכמיטאָג, בשעת די אַנדערע באַטייליקטע פֿון דער ייִדיש־וואָך האָבן געלייענט די פּאָעמעס פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אָדער געשוווּמען אין שווים־באַסיין, אָדער גערודערט מיט אַ שיפֿל, זענען אַכט ייִדיש־לערער פֿון איבערן לאַנד געזעסן אין אַ קרײַז און זיך געטיילט מיט די פּראָבלעמען פֿון לערנען אַ ייִדיש־קלאַס, ווען די סטודענטן געפֿינען זיך אויף פֿאַרשידענע מדרגות.
צי געפֿינט זיך אַ מין ייִדישע מוזיק וואָס איז לויטער; וואָס איר ייִחוס־בריוו ציט זיך נאָך פֿון דוד־המלכס צײַטן, וואָס קיין פֿרעמדע השפּעה הערט מען אַבסאָלוט נישט? מע ניצט אַזוינע טערמינען ווען מע רעדט וועגן פֿאָלק־ און עטנישער מוזיק ווי "עכט" און "אַלט", אָבער אין דער אמתן, איז עכטקייט אַ רעלאַטיווער באַגריף, און די עלטער פֿון פֿאָלקמוזיק איז כּמעט ווי אוממעגלעך אָפּצושאַצן.
נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער וועלט, און אַ פֿאַרקלענערטער צאָל אָנטיילנעמער, האָט מען אויף 7 טעג, פֿונעם 24סטן ביזן 30סטן אויגוסט, פֿאַרבראַכט אין אַ געהויבענער שטימונג, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, צווישן די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. די טרײַבנדיקע כּוחות פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס פּראַוועט זײַן 14טן יאָר, זענען, פֿון זײַן אָנהייב אָן, געווען און געבליבן ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן פֿון טאָראָנטאָ. ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער פּראָגראַם.
אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם דאָזיקן ענציקלאָפּעדישן לעקסיקאָן פֿון דער גרעסטער און וויכטיקסטער שטרעמונג אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון דער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק", דערציילט דער מחבר אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. ווען אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער, תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר, רימסקי־קאָרסאַקאָוו, זײַנען געקומען אין 1908 צו דעם פּעטערבורגער פּאָליציי־מײַסטער, גענעראַל דראַטשעווסקי,
מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין שוועדן באַשלאָסן צו געבן ייִדיש דעם סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט-שפּראַך, געשטיצט דורך דער מלוכה. מע האָט מיר עטלעכע מאָל דערציילט, ווי אַזוי דאָס אַלץ האָט זיך באַקומען. דאָך, פֿיל איך זיך ניט זיכער, פּינקטלעכער, ניט גענוג קוואַליפֿיצירט צו שרײַבן וועגן דעם. מע דאַרף אָבער ניט זײַן איבערגעשפּיצט, כּדי אין דעם באַשלוס ניט אײַנזען אַ צוגאָב פֿון פּאָליטיק, פֿון "שולד-געפֿיל", אין שײַכות מיט דער ראָלע, וואָס שוועדן — אָפֿיציעל, אַ נייטראַל לאַנד — האָט געשפּילט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין דער אמתן, ווילנדיק אויסמײַדן אַ מלחמה מיט דײַטשלאַנד, האָט די שוועדישע רעגירונג ניט איין מאָל קאָמפּראָמיטירט דעם סטאַטוס פֿון אַ נייטראַל לאַנד. דער דעקאָראַציע־מײַסטער מיטן רעזשיסאָר פֿון דער פּיעסע "לידער פֿון גן־עדן," קומען צו גיין מיט אַ געניאַלן אײַנפֿאַל. אַזוי ווי ס׳זײַנען פֿאַראַן צוויי ליידיקע ווענט פֿון ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג, פֿאַרוואָס נישט רעפּראָדוצירן אויף לײַוונט אַ קאָפּיע פֿון מיקעלאַנדזשעלאָס קונסטבילד "בראשית," וווּ צוויי פֿינגער טרעפֿן זיך ערגעץ אין הימלישן גן־עדן. איין פֿינגער פֿון דער גאָטהייט און דער צווייטער פֿון מענטש. ביידע האַלטן בײַם פֿאַראייניקן זיך. זיי וועלן די מאָלערײַ צעטיילן אויף צווייען און אויפֿהענגען עס אויף ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג.
צו זײַן 35סטן יאָרצײַט עס זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור דיכטערס וואָס זײַנען ניט אַזוי באַקאַנט — ווייניק האָט מען געשריבן אָדער דערציילט וועגן זיי און אין די לעקסיקאָנען געפֿינען זיי זיך ניט. אַזוי איז דער פֿאַל מיט פּינחס אָדער פּינטשע בערמאַן, וואָס זײַן נאָמען געפֿינט זיך ניט אין די אָריגינעלע בענד פֿון לעקסיקאָן, נאָר אין דעם הוספֿה־באַנד. און דאָרט געפֿינען מיר ווייניק ידיעות וועגן אים, בלויז אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין אַנטאָפּאָל, פּאָלעסיע, אין 1892 און געשטאָרבן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1974.
די הויפּשטאָט פֿון דײַטשלאַנד האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. פֿון סוף 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון די 1920ער יאָרן איז בערלין געווען אַ מאַגנעט פֿאַר ייִדישע סטודענטן, קינסטלער, שרײַבער און געשעפֿטסלײַט פֿון מיזרח־אייראָפּע. דער אויפֿבלי פֿון ייִדישן בערלין פֿאַלט אויף דעם רעלאַטיוו קורצן פּעריאָד צווישן 1921 און 1925, ווען דײַטשלאַנד איז פּאַמעלעך געקומען צו זיך נאָך דער מפּלה אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען די צײַט פֿון שאַרפֿע פּאָליטישע סתּירות און שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעמען.
ווען מע הערט דאָס וואָרט "לעגענדע", טראַכט מען, געוויינטלעך, וועגן הונדערטער יאָרן צוריק, וועגן אליהו־הנבֿיא, וועגן תּלמודישע פֿיגורן. אָבער אין וואַרשע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה פֿלעג זיך צוזאַמענקומען אַ גרופּע ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן אין דער שטוב פֿונעם אַדוואָקאַט, פֿאָרשער און זאַמלער נח פּרילוצקי, און צווישן די מאַטעריאַלן וואָס זיי האָבן געזאַמלט, זענען געווען לעגענדעס און אַנדערע מינים פֿאָלקלאָר פֿון דער מאָדערנער, הײַנטיקער וועלט. |
|
























קהילה־לעבן