User loginSearch |
די קרוינען*זיך געשושקעט אין געוויטער:
דער העלד אליעזר א יהודה המכּבי און זײַנע ברידער האָבן געפֿירט אַ מלחמה קעגן די גריכן. זיי האָבן געוואָלט באַפֿרײַען דאָס ייִדישע לאַנד. די מלחמה איז געווען אַ שווערע. די גריכן האָבן געהאַט מער מענטשן. די גריכן האָבן געהאַט בעסער געווער. זיי האָבן אויך געהאַט העלפֿאַנדן פֿאַר דער מלחמה. די ייִדן האָבן קיין העלפֿאַנדן ניט געהאַט. העלפֿאַנדן פֿאַר דער מלחמה? העלפֿאַנדן זײַנען דאָך גוט און קלוג. וואָס האָבן העלפֿאַנדן צו טאָן אין אַ מלחמה? אין יענע אַלטע צײַטן האָט מען געשאָסן מיט פֿײַלן. אַ העלפֿאַנד האָט זייער אַ דיקע פֿעל. ווען מע שיסט מיט אַ פֿײַל, איז שווער צו טאָן שלעכטס דעם העלפֿאַנד. אויפֿן העלפֿאַנד זײַנען געזעסן מענטשן. זיי האָבן געקענט שיסן פֿון דאָרטן. דער העלפֿאַנד איז זייער שווער. ער האָט גרויסע, שווערע פֿיס. אַ העלפֿאַנד קען טרעטן אויף מענטשן. די העלפֿאַנדן זײַנען דעמאָלט געווען ווי איצט — טאַנקען. אַזאַ שרעקלעך געווער האָבן געהאַט די גריכן. ב איינער פֿון יהודה מכּביס ברידער האָט געהייסן אלעזר. ער איז געווען אַ גרויסער העלד. ער האָט ניט מורא געהאַט פֿאַר קיין זאַך. אלעזר זעט אַ העלפֿאַנד. דער העלפֿאַנד איז גרעסער פֿון אַלע אַנדערע העלפֿאַנדן. ער איז אויך מער אויסגעפּוצט ווי אַלע אַנדערע. אויף אים זיצן מענטשן און שיסן מיט פֿײַלן. אלעזר טראַכט: "דער פֿירער פֿון די גריכן זיצט אויף אָט דעם גרויסן און אויסגעפּוצטן העלפֿאַנד!" מיט דער שווערד אין האַנט לויפֿט אלעזר דורך די רייען פֿון די גריכן. ער איז שוין לעבן העלפֿאַנד. ער שטעכט זײַן שווערד אַרײַן אין בויך פֿון העלפֿאַנד. דער גרויסער העלפֿאַנד איז געפֿאַלן. צוזאַמען מיט אים — אַלע מענטשן, וואָס זײַנען אויף אים געזעסן. אָבער דער העלפֿאַנד איז אויך געפֿאַלן אויף אלעזר. יהודה מכּבי האָט געוווּנען די שלאַכט, אָבער זײַן ברודער אלעזר איז געפֿאַלן ווי אַ העלד. אַלע האָבן געלויבט דעם גרויסן העלד. חנוכּה־שטערן שמעון פֿרוג
זעסט, מײַן קינד? אַכט גרויסע שטערן
ריין און הייליק, ליב און טײַער,
פּונקט ווי אַ האָז! (אַ שפּאַס)
זאָגט דער פֿוקס צום העזעלע:
|
|


















קהילה־לעבן